בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגה' שבט תשפ"ד1/15/2024

באריכט
פרשת בא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע

מאנטאג


ארום 8:00 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית. בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם צבי מנחם אונגער הי"ו (שיכון סקווירא).
פתיחה: הרה"ח ר' יעקב דוד האפמאן הי"ו (לאנדאן), בעל קורא: משב"ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו.
ראשון: רבינו שליט"א. שני: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו (קר"י). שלישי: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' משה מנחם דאסקאל הי"ו (מאנסי). גלילה: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב''ג).

נאך שחרית האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, עס איז פארפירט געווארן א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים און פארשידענע מנהגים בחצרות הצדיקים.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם צבי מנחם אונגער הי"ו, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו,
און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 געדאווענט מעריב, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה"ק העצי חיים זיע''א.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️