בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגב' שבט תשפ"ד1/12/2024

באריכט
פרייטאג ערש''ק וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד רב טוב לרגל די שמחת הברית מילה לבן הנולד אצל הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א רב הביהמ"ד.

פארן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אשר גאלדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה בהיכל הביהמ"ד, מוהל: דער אבי הבן הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א, סנדק: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, סנדק מעומד: הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, ברכות וקריאת השם: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל: יצחק, נאך דער זיידע האדמו"ר מאלעסק זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודת ברית, און אויפגעריסן די חלה אן קיין מעסער כנהוג אום ערב שבת.
עס האבן אויפגעטרעטן דער זיידע חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, און דער דער אבי הבן הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א, מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' יואל אשר וויעדער שליט"א מנהל בישיבה קטנה סניף זרע קודש.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און מסיים געווען בברכות לרוב.
ברכת המזון: רבינו שליט"א, מיט די הרחמן'ס האט דער רבי מכבד געווען די בני המשפחה, און הרה"ח ר' חיים הערש אבערלענדער הי"ו, הרה"ח ר' יואל דוד שווארץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון הרה"ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף שב''ק אין קרית יואל לרגל א משפחה שמחה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴
👁 706