בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"א טבת תשפ"ד1/2/2024

באריכט
מאנטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יושע בערקאוויטש הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ט', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

פארמיטאג ארום 12:50 איז רבינו שליט''א אריבער בבנין התלמוד תורה 'בנין קליין' צו די מעמד 'התחלת לימוד משניות' דורך די אריבער 400 תלמידי כתה ג' פון אלע פיר סניפים פון מוסדות קרית יואל, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע אנגעפירט דורך די מנהלים: הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א, הר"ר פישל קויפמאן שליט"א, הר"ר יואל האלפערט שליט"א.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה ארויסברענגענדיג די שמחה פון די קינדער אז מען הייבט אהן לערנען משניות און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר אלע מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 1:35.

אויפן וועג ארויס איז רבינו שליט''א אריין אין איינע פון די כיתות ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט און פארהערט די קינדער די לימודים, אויך האט דער רבי אנגעוויזן אויפן וועג אראפ אויף א מאפע פון אייראפע, וואס איז געווען אויף איינע פון די ווענט, די שטעט ווי רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א איז אדורך בשעת די מלחמה ביז די נס ההצלה כ''א כסלו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אראפ צו די פראכטפולע גינת קליין זאלן אין באגלייטונג פון די הנהלת המוסדות ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די נייע עקסטערע אריינגאנג פאר די מענער און די אנדערע זייט פאר די פרויען, און אין די נייע שטובער וואס די הנהלת המוסדות האט ארייגעלייגט למען גדרי הצניעות.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן אינאיינעם מיט הרה''ח ר' שלמה זלמן ווייס הי''ו געטרייער אדמיניסטראטער פון מוסדות קרית יואל, צום נייעם בנין האדיר והחדש בנין הבית רחל בנין קליין, ווי דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בוי ארבייט פונעם גיגאנטישען בנין.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הר"ר מנחם הירש שליט"א (וומסב''ג) - הר"ר מרדכי קאהן שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' שלמה צבי שעהר הי"ו (וומסב''ג) - ר' אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' חיים אליעזר העללער הי"ו (וומסב''ג) - ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו - הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך מעריב איז אריין בקודש פנימה לברך ולהתברך הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו"ש נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם מאציל געווען מברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
👁 602