בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday9 Teves 578412/21/2023

Report
דאנערשטאג פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר"א ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:20 ביז 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' וואלף ברוך ווערצבערגער הי"ו - ר' אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️