בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday8 Teves 578412/20/2023

Report
דינסטאג פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יודא לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר שמחה ישראל ווייזער הי"ו.
ב"ר שלמה דוב ווידער הי"ו.
ב"ר יואל יערמיאש הי"ו.
ב"ר שלמה אליעזר גליקמאן הי"ו.
ב"ר חיים יודא האפמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ט פסוק ח', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.

איידער די זמני כניסה איז רבינו שליט"א אריבער צו די צענטראלע אפיסעס פון די מוסדות הק' אין וומסב"ג אויף 76 ראטלידזש סטריט אויף א ענגע אסיפה מיט די אקטיווע הנהלת המוסדות און די אפיס ווערטשאפט פון די מוסדות, בענינים העומדים על הפרק, ווי מ'האט אויסגעשמועסט פארשידענע האקעלע ענינים אויף וואס דער רבי האט מאציל געווען בעצה ותושי' און דערביי געגעבן ברכת קדשו פאר די חברי הנהלה און אלע מיטארבייטער און באטייליגטע.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 9:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️