בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגה' טבת תשפ"ד12/17/2023

באריכט
זונטאג פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו הגה''ק האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב יהודה מיטטעלמאן הי"ו.
ב"ר משה לענעראוויטש הי"ו.
ב"ר יואל פרענקל הי"ו.
ב"ר חיים בנימין בראך הי"ו.
ב"ר אלי' גאלדבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור, און ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארמיטאג איז געווען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה''צ ר' חיים אלעזר ראבינאוויטש שליט''א ראש ישיבת מונקאטש בן כ''ק אדמו''ר ממונקאטש שליט''א, מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די חתונה פון בנו הצעיר, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו - ר' יצחק הכהן פריעדמאן הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יעקב קלעפנער הי"ו (וומסב''ג) - ר' משה יצחק ראזענפעלד הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופות ארום 7:40 איז רבינו שליט''א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צו די סיום מסכת ברכות דורך חבורת עזר התורה שע"י קהלתינו הק', דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דברי ברכה מען זאל זוכה זיין להגדיל תורה ולהאדירה און קענען מסיים זיין גאנץ ש"ס, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע לומדים ובמיוחד פאר הר"ר שלמה הערש קארנבלי שליט"א מנהל החבורה, און הר"ר יואל וויינבערגער שליט"א מנהל קביעות עתים.

דערנאך ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריבער אין שכונת שאגת אריה צו די נייע 'לאנדא'ס שאגת אריה סופערמארקעט' אונטערן אייגנטומערשאפט פון הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו ובנו הרה"ח ר' שמואל אהרן הי"ו, דער רבי איז ארום אינעם געשעפט און דערנאך קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בעלי בתים פונעם געשעפט און פאר הגה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל בשכונת דברי חיים, און פארן גאנצן ציבור.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו - ר' הערש אלימלך קליין הי"ו.
ר' ישראל העניך קרויס הי"ו - ר' אברהם יצחק מערץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די הילולא קדישא פון הגה"ק בעל דברי יחזקאל מ'שינאווא זיע''א, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 879