בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ח כסלו תשפ"ד12/11/2023

באריכט
ליל ד' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שלום אליעזר ב"ר בערל שטיין הי"ו אנגעצינדן די מנורה.

ארום 9:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג, און הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו האט מהנה געווען מיט פרקי חזנות אויף יונים.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה אז דורך די נרות חנוכה איז מען זוכה צו הערן די בת קול און מען דארף נישט צוקומען צו 'הכישה במקל', און עס געט אריין א עריבות ומתיקות התורה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:35.

מאנטאג ד' דחנוכה

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
בן הרה"ג ר' יוסף משה שטויבער שליט"א, מו"ץ.
ב"ר יואל פיש הי"ו.
ב"ר יוסף לעבאוויטש הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף א באזוך אין די בית אופה המוהדרת דקהלתינו הק'.

ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️