בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ה כסלו תשפ"ד12/8/2023

באריכט
ליל א' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הרה''ח ר' בערל שטיין הי''ו געצינדן די מנורה.

ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש.
דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, די קאפעליע האט געזונגען די פיוטים כנהוג.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה 'להגיד שבחו של אהרן שלא שינה' אז ווען אהרן הכהן האט אנגעצינדן די מנורה האט ער אריינגעשיינט א לעכטיגקייט אין יעדע איד'ס הארץ אז עס האט נישט געלאזט שלאפן און מען איז אויפגעשטאנען פארטאגס לערנען, די זעלבע כח האבן די נרות חנוכה און דער רבי האט מעורר געווען זיך מחזק צו זיין בלימוד התורה פארטאגס, און מסיים געווען בברכת קדשו.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 10:45.

פרייטאג וישב א' דחנוכה

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אין וומסב''ג אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ז' ח' ט'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק יואל ליכטענשטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעורורות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 804