בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ד כסלו תשפ"ד12/7/2023

באריכט
מאנטאג פרשת וישב יום ההצלה כ"א כסלו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם ווייזער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר ישכר בער עפשטיין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה ארום 5:40 איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל המתיבתא סניף ברך משה צום מעמד ההודאה בישיבה של רביה''ק בעל הנס זיע''א, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ א לענגערע צייט אויף חסדי ה' און נאך ניגוני הודאה, דער נואם הכבוד הרה"ג ר' יעקב שפירא שליט"א רב דק"ק בעיסוואטער ומרבני נטרונא האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה.

דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'אודה ה' בכל לבב' און ארויסגעברענגט אז מען דארף לויבן הקב"ה אויף דעם אז מיר קענען לויבן און האבן די זכי' צו זיין תלמידים וחסידים פון רביה"ק זיע''א, און ארומגערעדט איבער דעם שווערן מצב וואס כלל ישראל האט זיך געפינען נאך די מלחמה, וויפיל אידישע נפשות זענען ליידער אוועקגעפאלן ביז רביה"ק זיע''א האט אויפגעבויעט דאס יהדות החרדית און זיך אפגעגעבן ווי א טאטע צו א קינד, און די זעלבע מיט די מלחמה מיט די נגע הציונית אפילו מען הערט פון אנדערע אז עס איז דא נאך שיטות, אז מען קוקט אבער די טייכן טרערן מיט וואס רביה"ק זיע''א האט געפירט די מלחמה ווייסט מען דעם אמת, עס איז געווען א מלחמת הקודש וואס די וואס האבן עס געהערט מפה קדשו וועלן דאס קיינמאל נישט פארגעסן, דער רבי האט באגריסט דעם חשובן נואם הכבוד און דערציילט א מעשה פונעם ישמח משה זיע''א אז מען זעט אז מען איז מכבד א צווייטן תלמיד חכם און מען פילט די זעלבע ווי מען איז ווען זיך מכבד דעמאלטס איז א סימן אז מען מיינט כבוד התורה און נישט כבוד עצמו, דער רבי האט ארויסגעברענגט אז מען שטייט יעצט אינמיטן די שווערע גזירות החינוך אין ניו יארק, אויב האט מען אמאל געפילט אז מען איז א קול קורא במדבר און קיינער הערט נישט אויס, הערט מען היינט אז עס איז שוין ב"ה דא נאך חשובע רבנים וואס זענען עוסק אין דעם ענין און געלויבט הקב"ה אז עס זענען דא אנדערע וואס טוהן, צווישן אנדערע דער חשובער גאסט הרה"ג ר' יעקב שפירא שליט"א, דער רבי האט דערמאנט א אסיפה דעם זונטאג פון רבנים מיטן קאנגרעס ספיקער און נאך רעגירונג'ס לייט, פון וואס מען האט היינט געהערט האט ער אבער שטארק הנאה און דאנקט הקב"ה אז עס זענען דא אנדערע וואס טוהן, און דערביי מכבד געווען הרה"ג ר' יעקב שליט"א צו פארציילן וואס דארט איז געווען, און דערנאך זיך באדאנקט און אנגעוואונטשן הצלחה פאר די רבנים און עסקנים להעביר את רוע הגזירה, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:30 און דער רבי האט פארלאזט די ישיבה און באגלייטונג פון די תלמידי הישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בר''ש בוים הי"ו (מאנסי) - ר' יקותיאל אהרן דוד רובינשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' שמחה לאנדא הי"ו - הרה''ג ר' דוד יואל צימעט שליט"א רב אור לשמים סטאבניץ, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' אהרן דוד שמואל מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל ברמ''ל טרעגער הי"ו, באולם גינת קליין.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' משה נתן ראזענבערג הי"ו - ר' יעקב זאב כ"ץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:00ַ

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️