בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגכ"ח מרחשון תשפ"ד11/12/2023

באריכט
זונטאג פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר ברוך מרדכי רובין הי"ו.
ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו.
ב"ר יואל ברד"ש גאלדבערגער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ד, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף א באזוך אין די מצה בעקעריי דקרית יואל, ווי דער רבי האט זיך צווישן אנדערע אומגעקוקט אינעם נייעם פארגרעסערטן סטארעדזש, און די פארברייטערטע רחיים של יד אפטיילונג, און דערביי אנגעוויזן פארשידענע הוראות.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 9:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

נאך די זמני כניסה האט רבינו שליט''א געליינט די תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א מו"ץ ביהמ''ד ליזענסק - ר' יואל ברא"ש שווארטץ הי"ו.
נאכן תנאים האט דער רבי געדאווענט מעריב.

פארנאכטס איז פארגעקומען די מעמד כינוס הלומדים וסיום מסכת נזיר במסגרת חבורת יסודי התורה דורך די אלפי לומדי החבורה אין קרית יואל, פארגעקומען אין די פראכטפולע גינת קליין זאלן.
אלץ יו''ר המעמד האט געדינט הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט''א מגי''ש בקהלתינו הק' במאנסי, עס האבן אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הרה''ג ר' שלום שרגא פאפלנאש שליט''א, און דער מנהל קביעות עתים הר''ר יואל וויינבערגער שליט''א.

ארום 10:00 האט מען מקבל פנים געווען דער מייסד ונשיא החבורה כ''ק רבינו שליט''א, דער יושב ראש האט ממשיך געווען און אויסגערופן הר"ר יחזקאל געלבשטיין שליט"א זאל אויפטרעטן לכבוד חמיו פטרון החבורה בקר''י הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און עקסטער פארן פטרון החבורה הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו, און דערנאך משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים משמני הארץ' און ארויסגעברענגט אין המצוה נקראת אלא ע"ש גומרה, די געוואלדיגע שמחה פון תושבי קר"י און אלע אנ"ש די בכל אתר ואתר וואס האבן מסיים געווען די מסכת, און מעורר געווען ווייטער צו לערנען בקביעות גמור יעצט ווען מען הייבט אן מסכת סוטה וואס איז א גרינגערע מסכת, און ממשיך געווען בשבח פונעם חשובן פטרון החבורה הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו און אים געוואונטשן ברכות לרוב, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר אלע מסיימים און מתחילים.
דער רבי האט געמאכט די סיום און געזאגט די הדרן, מיט קדיש איז מכובד געווארן הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכן טאנץ א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 11:20.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️