בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday23 Cheshvan 578411/7/2023

Report
דינסטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברא"מ גאלדשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר יוסף חיים פאלאטשעק הי"ו.
ב"ר יואל פיש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ד, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה''צ ר' ישעי' צבי בריעף שליט"א אב"ד תורת שמעון יערוסלאב אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכות הקודש לרגל די שמחת החתונה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו.

אויך איז אריין בקודש פנימה הרה"ג ר' משה מרדכי כ"ץ שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ארה"ק שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכות הקודש און איינלאדענען רבינו שליט''א צו די שמחת החתונה וואס קומט פאר קומענדיגן דינסטאג, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו און געשיקט א פריסת שלום פאר אביו האדמו"ר מוויען שליט"א.
אזוי אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן מקבל זיין ברכות הקודש און איינלאדענען רבינו שליט''א צו די שמחת החתונה וואס קומט פאר קומענדיגן דינסטאג, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:35, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה ארום 12:25 איז רבינו שליט''א אריבער צו די לא שאטאו זאלן צום שמחת השבע ברכות פון חתן כלה נכדי כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס, נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים און עקסטער מיטן זיידן כ''ק אדמו"ר מספינקא שליט"א. ארום 12:50 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️