בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ד מרחשון תשפ"ד11/8/2023

באריכט
מיטוואך פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' מרדכי ווייס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' ציון סאאל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הר"ר אברהם שמעון אפפענהיים שליט"א.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ל"ו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען געקומען אויף א פארהער בביתו נאוה קודש די עלטסטע כתה פון די נייע אפטיילונג פון ת"ת במוסדות קרית יואל וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף גאנץ סדר ויקרא, דער רבי האט פארהערט די קינדער א לענגערע צייט מיט גרויס הנאה, און דערנאך פארטיילט מטבעות קודש פאר די קינדער.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה''צ ר' חיים יודא לייבוש באב"ד שליט"א ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל בר"מ וויינבערגער הי"ו (מאנסי) - ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו.
הר''ר אורי יודא קויפמאן הי"ו - ר' משה וויזעל הי"ו (בית שמש).

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️