בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday3 Cheshvan 578410/18/2023

Report
דינסטאג פרשת נח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יושע גפן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח, און די תלמידי הישיבה זענען אריבער שלום נעמען לרגל התחלת הזמן.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל התחלת הזמן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ כ''ק אדמו"ר מאלעסק וומסב''ג שליט"א מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די שמחת החתונה פון בתו הכלה, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12.00,
נאך מעריב איז דער רבי אריבער צו די זאלן פון כתר ריזל אין וומסב''ג ווי דער רבי האט מפאר געווען בראש שמחת החתונה פון נכד רביה''ק זיע''א, הכלה בת הגה"צ רבי סיני ט"ב שליט"א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט די חשובע זיידעס, האדמורי''ם ממעליץ און בורשטין שליט"א, און הגה"צ אב''ד באלחוב שליט"א, אויך האט אב''ד באלחוב שליט"א איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן דעם ספר 'אור הנצח' עובדות וסיפורים פון הרה''ק מ'זידיטשוב זיע''א וואס איז ארויסגעקומען לרגל די חתונה.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, די זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט בדחנא דמלכא הרה"ח ר' מרדכי דוד עסטרייכער הי"ו אויפגערופן רבינו שליט"א צו די ריקודי קודש, און דער רבי האט אפגעראכטן די געהויבענע מצוה טאנץ א לענגערע צייט, און געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים, און מיט די חשובע זיידעס, און עקסטער ארויס אין א פייערדיגע ריקוד מיט אחיו הגה"צ שליט"א, און דערנאך מיט די גאנצע משפחה, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 1:00, און דער רבי איז אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️