בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Shabbos Kodesh22 Tishrei 578410/7/2023

Report
ליל הושענא רבה אושפיזא דדוד מלכא משיחא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו קריאת משנה תורה און געזאגט די תפילה פארן לייענען, בעל קורא: הר''ר שלום יוסף סאמעט שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 11:40.

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור סעודת ליל הו"ר ואושפיזא דדוד מלכא משיחא, בסוכה הגדולה שע''י ביהמ"ד הגדול.

נאכן זאגן דעם סדר האושפיזין האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צו די סעודת יו''ט. ביים לחיים נאך די זופ האט דער רבי געוואונטשן 'א גוט געבענטשט יאר'. במשך דעם געהויבענעם טיש האט מען געזונגען ניגוני ימים נוראים בהתעוררות רב בשעת רבינו שליט''א האט פארגאסן טייכן טרערען.

מיט די שיר המעלות האט רבינו שליט''א מכבד געווען:
הר''ר דוד כהן שליט''א (בני ברק).
הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א מגי''ש בקהלתינו.
הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה בקול חינוק בדמעות, אויפן פסוק 'שיר המעלות ממעמקים קראתיך ה' און געטייטשט אז ממידת הדין וואלט נישט געניצט קיין תשובה נאר במידת הרחמים פונעם הייליגן באשעפער העלפט תשובה, ממילא קען מען האבן א כפרה אפילו מעומק הקליפות ווייל רחמיו יתברך האט נישט קיין גבול, און מטעם זה איז נישט דא די קשיא פון אי מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי.

ברכהמ''ז: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו. מען האט געענדיגט 1:00.

נאכן טיש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ברוב עם צו אמירת תהילים. בעל תפילה: הרה''ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי''ו, ביי יעדן ספר האט מען געזאגט דעם יהי''ר להושענא רבה און קדיש. מען האט געענדיגט 2:55 און רבינו שליט"א איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געבינדן די הושענות.

יום הושענא רבה

הו''ר אינדערפרי ארום 11:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף אינעם טלית, קאפל, קיטל פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א.

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' פנחס אלימלך גליק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' ישראל מאיר יאזשעף הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו ברכות, פסוקי דזמרה און שחרית און אויסגעלאזט בנוסח ימים נוראים, און הלל הגדול און די שירה געזאגט פסוק בפסוק.
ביי הלל האט רבינו שליט''א מאריך געווען עבודת קדשו ביי די נענועים בדביקות בהתרגשות ובהתעוררות רב ווען דער גאנצער ציבור פון אלופי אלפי ישראל זינגן מיט די ניגוני קודש בדמעות שליש.

נאך הלל האט משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו אראפגענומען די רינגעלעך פונעם לולב.

אום 1:45 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן די פייערדיגע 'דרשת הושענא רבה' מיטן משל הידוע מרגלא בפומי' פון רבותינו הקדושים זיע''א, און מאריך געווען מיט שטורעמישע בכיות ודמעות, וואס האט מיטגעשלעפט דעם גאנצן ביהמ''ד בבכיות נוראות.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען באריכות מיט געהויבענע בחינות און דברי התעוררות בבכיות לכבוד היום:
הושענא למענך אלוקינו: עס איז מרומז די ענין פון די עקידה ווען אברהם אבינו האט נישט געפרעגט קיין קשיות אזוי פרעגט מען נישט אין הימל קיין קשיות אויף אידישע קינדער ביום הדין.
למענך אלוקינו נאך א אופן: דורך דעם וואס מען וועט זוכה זיין אז הקב''ה וועט קוקן אויף אונז וועט אריינקומען א התעוררות אין אונזער הארץ און הרהורי תשובה.
הושענא למענך בוראנו: הקב''ה איז בונה עולמות ומחריבן פון דעים נעמען מיר א מוסר מוסיף זיין אויף אונזער קיום התורה והמצוות צו טוהן שענער און בעסער ווי ביז היינט.
הושענא למענך גואלינו: אין מצריים האט דער באשעפער נישט געשיקט קיין מלאך ווייל א מלאך פארשטייט נישט דעם נסיון פון א מענטש און וואלט נישט מבחין געווען בין בית לבית, וואס פארשטייט דען א מלאך צו טמאת אמעריקע, נאר דער איין איינציגער באשעפער ווייסט וואס עס מיינט גלות אמעריקע און פארשטייט אונזערע נסיונות.
הושענא למענך דורשינו: מקוה ישראל ה' מושיעו בעת צרה, פונקט ווי א מקוה איז מטהר אפילו טויזענט מאל אזוי אויך איז הקב''ה מקבל די תשובה פון אידישע קינדער בלי קץ ובלי גבול.
הושענא למען אמיתך: דורך עוסק זיין בתורה, תורת אמת הלא כה דברי כאש, איז עס מליא גומרא אזוי האבן די אידישע קינדער א קיום.
הושענא למען בריתך: דורך מצוות מילה ווערן אידישע קינדער נישט נדחה כי לא ידח ממנו נידח.
הושענא למען גדלך ותפארתך: עוונות מאכן א מסך המבדיל צווישן אידן מיט'ן באשעפער, די סגולה פון די ד' מינים איז אריינצוברענגן אהבה צום אייבערשטען אזוי קען מען זוכה זיין צו תשובה מאהבה, דער רבי האט מסיים געווען די דרשה מיט ברכות לרוב, און איינגעריסן בבכיות מען זאל זוכה זיין צו ערליכע אידישע קינדער.

מען האט געענדיגט די דרשה בערך 2:45, און מ'האט אנגעהויבן מקיף צו זיין דעם ביהמ''ד, רבינו שליט"א האט פארגעזאגט די הושענות בהתעוררות רב, צווישן די הקפות האט געבלאזן שופר הגה''צ אבד"ק וומסב''ג שליט''א כנהוג, נאכן ארומגיין האט מען געזאגט די פיוטים, און נאך קדיש תתקבל האט דער רבי געקלאפט די הושענות 5 מאל און געזאגט דעם יהי''ר כנהוג.

הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' שמואל לעוו שליט"א מו''ץ בלאנדאן, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אהרן מנחם עסטרייכער שליט"א מו"ץ בלאנדאן.
בעל קורא: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו.

עליות. כהן: הר"ר דוד כהן שליט"א מו"ץ (בני ברק). לוי: הגה''צ ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' במאנטרעאל. שלישי: הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א דומ"ץ בקהלתינו אנטווערפן. רביעי: רבינו שליט"א. הגבה: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט"א (לאנדאן), און האט געמאכט א ברכת הגומל און מוציא געווען די פרישע הונדערטער געסט אנ"ש מעבר לים. גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"י פרענקל הי"ו (לאנדאן).

מוסף: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ. די כהנים האבן גע'דוכנ'ט, תיכף נאך מוסף האט מען געדאווענט מנחה, בעל תפילה: הרה"ג ר' אשר חיים ווייזער שליט"א מו"ץ בקהלתינו ב"פ. מען האט געענדיגט ארום 4:30.

עטליכע מינוט נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום טיש לכבוד היום אין די סוכה הגדולה און געזאגט דעם סדר האושפיזין, מיט די זופ האט מען אויפגעגעבן קרעפלעך כנהוג, ביי די לחיים נאך די זופ האט דער רבי געוואונטשן א גוט געבענטשט יאר. מען האט געזונגען ניגוני יו''ט.

מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען: הרה''ג ר' שמואל לעוו שליט''א (לאנדאן). ברכהמ''ז: הרה''ג ר' מאיר וויינבערגער שליט''א דומ"ץ בקהלתינו אנטווערפן, מען האט געענדיגט 5:30.

פארן ארויסגיין האט דער רבי געזאגט 'געלויבט השי"ת אז מען האט געקענט א גאנץ סוכות זיצן אין די סוכה און עסן רואיג אלע סעודות און שלאפן אין די סוכה'.

תיכף נאכן טיש איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לטהר עצמו ברגל לכבוד יו"ט.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️