בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגי"ג תשרי תשפ"ד9/28/2023

באריכט
דאנערשטאג פרשת וזאת הברכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר פישל גאלדבערגער הי"ו.
ב"ר ישראל פריעד הי"ו (לעיקוואד).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל הרה''ח ר' יואל ברמ"ד לאנדא הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 7:20 האט רבינו האט געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:40 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה חברי מכון נתיבות קודש שע"י ק"ק סקווירא ווי זיי האבן איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א בשליחות כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א די נייע ספרים נתיבות הקודש אויף הושענה רבא און שמח"ת פון האדמו"ר מסקווירא שליט"א, דער רבי האט מעיין געווען אין די ספרים און צוריק געגעבן ספרו לב אהרן און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, און נאך מעריב ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️