בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ב תשרי תשפ"ד9/27/2023

באריכט
מיטוואך וזאת הברכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הפדיון הבן בן הנולד אצל נכדו הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א.

פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר חיים מאיר טייטלבוים הי"ו.
ב"ר קלמן אליעזר דאנא הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד, דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געלייגט תפילין דר"ת.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צום סעודת פדיון הבן אין היכל הביהמ"ד, נאכן זיך וואשן איז פארגעקומען דער פדיון, אלץ כהן האט געדינט נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן: דער אבי הבן שליט"א, און הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט''א.

נאך די פלייש האט רבינו האט משמיע געווען דב"ק, ווי דער רבי האט משלב געווען מצוות פדיון הבן צו מצוות סוכה, און פארציילט א סיפור פונעם שינאווא רב ז"ל בנוגע פדיון הבן, און מסיים געווען בברכת הקודש.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען נכדו הכהן. מען האט געענדיגט ארום 1:20.

און די נאכמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט"א פארהערט בביתו נאוה קודש די הונדערטער תלמידי כתה ט' כתה מכינה לישיבה פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל, אויף מסכת קידושין וואס זיי האבן געלערנט במשך די פארגאנגענע יאר, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט און דערנאך ווארים אנגעוואונטשן פאר די מנהלים, מרביצי תורה, און אלע בחורים.

נאכמיטאג ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' שמואל שמעון בערקאוויטש הי"ו - ר' יוסף רפאל האפפער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 852