בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday27 Elul 57839/13/2023

Report
מיטוואך האזינו ד' סליחות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 6:20, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב בית מדרשינו תפילה למשה ב"פ.
ב"ר שמואל מרדכי ישראל פיש הי"ו.
ב"ר זלמן לייב גאלדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס במנהגי הנחת תפילין בחצרות ראחמיסטריווקא וסקווירא, און סיפורים פון הרה"ק השר שלום מבעלזא זיע''א וואס איז געווען די יארצייט בו ביום.

אויך זענען אריין בקו''פ בחדרו הפרטי רבני וועד המקוואות שע''י בית הוראה דקרית יואל און האבן געצייגט פארן רבי'ן די נייע 'לוח טבילת כלים' וועלכע די רבנים האבן אהערגעשטעלט בעידודו פון רבינו שליט''א, דער רבי האט געגעבן פארשידענע הוראות און ארויסגעברענגט לשבח איבער די געוואלדיגע זיכוי הרבים וואס וועט ארויסקומען און מאציל געווען מברכות קדשו.

נאך שחרית איז רבינו שליט''א אריבער צום 'אשת חיל' קימפעטארין היים ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה פאר א פרישע אפטיילונג פון 16 נייע צימערן אינעם 'בנין פעסיל לאה' אינעם אשת חיל קאמפלעקס, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן פרישן הערליכן שטאק און די רחבות'דיג צימערן און אלע איינריכטונגען וואס איז צוגעשטעלט מיט גרויס הרחבת הדעת, און באגלייטונג פון די אשת חיל אדמיניסטראציע און די הנהלת הקריה וועלכע שטייען בראש פונעם פראיעקט, דאן האט רבינו שליט''א קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די נייע שטיבער, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דערביי האט הרה''ח ר' גדלי' סעגעדין הי''ו ווילידזש אדמיניסטראטער פארגעשטעלט פאר'ן רבי'ן די געוואלדיגע דערגרייכונגען ביז אהער און געצייגט א פונקטליכע רשימה איבער די אקטיוויטעטן ביז אהער און די ציפערן וויפיל קימפעטארינס באניצן זיך מיט אשת חיל איבער'ן יאר, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.

אויפן וועג ארויס האט די הנהלת הקריה צוגעוויזן פארן רבי'ן די גרויסע שטח רעכטס פונעם בנין וואס ווערט געפלאנט אויפצובויען נאך א ריזיגע בנין אינעם 'אשת חיל' קאמפלעקס, צו קענען אקאמאדירן נאך טויזענטער רעזערוואציעס איבערן יאר.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון נאכמיטאג ארום 6:00 נאכמיטאג ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו - הרה"ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו.
הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו - הרה"ח ר' משה לעווינגער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א לברך ולהתברך בפו"פ לברכת השנים.

אויך איז אריין בקו''פ לברך ולהתברך בברכת השנים הרה''צ ר' חיים מאיר האגער שליט"א ר''י וויזניץ בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ וומסב''ג שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון חודש תשרי בחצר וויזניץ, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:30, און מעריב ארום 11:50.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️