בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday26 Elul 57839/12/2023

Report
מאנטאג האזינו - ב' סליחות

ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריין געקומען צו אמירת סליחות אין ביהמ''ד הגדול. בעל תפלה: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י. מען האט געענדיגט ארום 6:25, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ד כהן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר ברוך משה ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, נאכן ליינען האט דער רבי געמאכט א מי שברך ליולדות פאר נכדו הרב יושע מרדכי אלעזר לאבין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 6:00 נאכמיטאג ביז 10:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:45.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' מאיר דוד היילברוין הי"ו - ר' אלי' פארקאש הי"ו.
ר' משה הערש האלפערט הי"ו - ר' משה ברוך ענגלענדער הי"ו.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו בית שמואל אין שכונת דברי חיים אין קר''י צו די שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב חיים יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט"א, עב''ג הכלה ב"ק תחי' בת הגה''צ רבי יואל האלבערשטאם שליט''א רב שכונת דברי חיים בקר''י, חתן הגה"צ אבד''ק ב''פ שליט''א.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:45 און זיך באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים, עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א און די זיידעס הגה"צ אבד''ק ב''פ שליט"א און הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א.
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק ב''פ שליט"א צו ליינען די תנאים, אלץ עדות האבן געדינט הרה''ח ר' משה דוד פריעדמאן הי"ו און הרה''ח ר' מאיר הכהן גראס הי"ו. העומד מצד החתן: הרה"ח ר' אליעזר רובינשטיין הי"ו. העומד מצד הכלה: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק לכבוד השמחה, דער רבי האט נאכגעזאגט פון מרן הגה"ק מצאנז זי"ע אז א חתונה אין חודש אלול איז א גוטע הכנה צו די הייליגע טעג, און ארויסגעברענגט די שמחה אז מען איז זיך משדך מיט א אייניקל פון מר אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב. מען האט געענדיגט ארום 11:45, אויפן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן פאר די כלה כנהוג.

דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️