בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday21 Elul 57839/7/2023

Report
מיטוואך פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף חכמת התורה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב''ר יואל שטיינמעטץ הי"ו.
ב''ר יקותיאל אפרים פישל האלפערט הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר. פאר תפילין דר"ת איז אריין בקו"פ הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א לרגל שמחת בר מצוה של בנו ני"ו, דער רבי האט זיך אריינגעלאזט אין א לומדיש'ן שמועס אין די סוגיא פון מתנה על מנת להחזיר, און איבער מנהגי ישראל בימי הרחמים והסליחות, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בביתו נאוה קודש.

נאכמיטאג האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מבקר חולה געווען מריחוק מקום הגה"צ דומ"ץ קהלתינו ב"פ שליט"א וועלכע איז אריבער א שווערע הארץ פראצעדור און מאציל געווען מברכת קדשו לבריאות השלימות ולכוח"ט.
ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין בארא פארק, ווי עס איז געווען זמני כניסה בקו''פ לקראת הימי הרחמים והרצון ביז אום 1:30 אויפדערנאכט, און איז גלייכצייטיג פארגעקומען צוזאמען מיט די יערליכע מסיבה לטובת קופת רבינו - אבני חסד, ווי די חשוב'ע נדבנים און אנ"ש תושבי ב"פ האבן געהאט די זכי' אריין צו גיין אל הקודש פנימה איבער געבן זייער נדבה.

ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה און ארום 12:40 געדאווענט מעריב בהיכל ביהמ"ד הגדול, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

עס האט זיך געשלענגלט א רייע אינטער א ספעציעל אויסגעשטעלטן סדר אראנדזשירט דורך עסקני הקהלה ווי שווערע הונדערטער מאנ"ש תושבי בארא פארק זענען אריין אל הקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים, האבן זיך אנגעזען, רבני ודייני קהילתינו און צענדליגער רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה, צווישן אנדערע: הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן און דער רבי מאציל געווען מברכות קדשו.

נאך די זמני כניסה אום 1:40 איז רבינו שליט''א אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫