בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגא' אלול תשפ"ג8/18/2023

באריכט
פִּתְחוּ שְׁעָרִים וְיָבֹא גוֹי צַדִּיק, פִּתְחוּ לִי שַׁעֲרֵי צֶדֶק

ואומרים פעמיים באהבה

ערש''ק לסדר ואם ירחיב ה' את גבולך!


היסטאריש פרייד געפילן נעמט ארום אנ''ש תלמידי וחסידי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בארץ ובגולה, ווען עס קומט אריין בשעטו''מ די גינגסטיגע נייעס פון ארה"ק, אז אנ''ש חברי קהלתינו הק' פון ביידע קהילות אין ירושלים עיה''ק און אין בני ברק וועלן בעז"ה דעם שבת זיך אריבערציען און באנייען א מקום רחבת ידים אלס צענטראלע ביהמ"ד הגדול פאר די ארטיגע קהילות.

ירושלים עיה''ק

נאכדעם וואס די קהילה איז ליידער געווען נע ונד די לעצטע פאהר חדשים זינט די גרויסע שריפה ה''י, איז די וואך פארענדיגט געווארן דער פראוויזארישע בית המדרש הגדול אינעם בנין פון ישיבת חברון אינמיטן די שטאט.

הנהלת קהלתינו הק' בירושלים האט אהער געשטעלט דעם מקום לשם ולתפארת אז דאס זאל זיין באקוועם פאר די נעקסטע פאהר יאהר, ביז מ'וועט זיך אי''ה אריבער ציהען אינעם נייעם בנין המפואר תל תלפיות, וואס מ'האט שוין בחסדי ה' באקומען די נויטיגע פערמיטן און אנגעהויבן די גראב ארבייט, אויף רחוב יונה.

בני ברק

נאך א לענגערע צייט וואס בית מדרשינו הגדול דקהלתינו איז געווען סטאנציאנירט אויף די הויכע שטאקן פונעם בנין התלמוד תורה און המקום היה צר מהכיל דעם גרויסן ציבור בליעה’’ר, איז די וואך אויסגעפירט געווארן בשעטו’’מ די מאסיווע ארבייט אויף די הינטערשטע שטאק וואס איז אנגעגאנגען מיט א שנעלקייט די לעצטע 10 טאג בס''ד.

הנהלת קהלתינו הק' האט צוגעשטעלט שוין אויף דעם שב’’ק א הערליכע הויכע און לעכטיגע היכל גדול ומפואר וואס וועט דינען אלס בית המדרש הגדול לשם ולתפארת צו קענען אקאמאדירן דעם בליענדע ציבור אין בני ברק בליעה''ר כן ירבו.

די הנהלה וועט אי''ה ווייטער משפץ זיין דעם בית המדרש פון אינעווייניג נאך שבת ביז די ימים טובים הבעל"ט.

ברכות צדיק כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה באגלייטן אז לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשו און די ארבייט זאל קענען פארענדיגט ווערן בס"ד לשם ולתפארת.

הרחיבו מקום אהליך, ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ

▫️ סאטמאר'ע נייעס ▫️
וואטסעפפ גרופע