בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday30 Menachem Av 57838/17/2023

Report
מיטוואך פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אהרן ברי"י וויינשטאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק פארקאש הי"ו.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי לייגן רבינו תם תפילין.

ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו אמירות תפילת יו"כ קטן.
בעל תפילה: הרה''ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ר"מ בישיבה, דער רבי האט מאריך געווען ביי די פיוטים בבכיות, בפרט ביי די ווידוי פון רבינו נסים, מען האט געענדיגט ארום 1:30.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 6:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין מאנסי ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לוי' און מלוה געווען די מטה פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי די אנגייענדע בוי ארבייט אין בנין הת"ת החדש 'בנין גאלדשטיין' אינטערן ביהמ''ד הגדול, דער רבי איז ארומגעגאנגען אין אלע שטאקן פונעם בנין אין באגלייטונג פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו, און דער בוי מייסטער פונעם בנין הרה"ח ר' יצחק גרובער הי"ו. דערביי האט הרה"ח ר' שמואל זאנוויל הי"ו איבערגעגעבן א באריכט פון די פלענער צו באנייען דעם בנין האדיר שוין אויף דעם אסרו חג הבעל"ט.

ר' שמואל זאנוויל האט אויך מבשר געווען פאר רבינו שליט"א אז אי"ה מארגן דאנארשטאג ר"ח אלול וועט מען אי"ה גיסן די יסודות פאר'ן נייעם בנין בית רחל 'בנין ניישטאדט', די צווייטע פון די דריי בית רחל בנינים אויפן שטח המוסדות אויף טשערי לעין, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 7:45 האט דער רבי פארלאזט מאנסי אויפן וועג אהיים קיין קרית יואל.

ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 9:20 איז רבינו שליט''א אריבער צו די יערליכע מסיבה לטובת מוסד הק' רב טוב וואס איז דאס יאר פארגעקומען בבית הרה''ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, דער רבי האט געטרונקען לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, - ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו.
ר' יעקב קעללנער הי"ו - ר' חיים נתן וויינשטאק הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️