בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday27 Menachem Av 57838/14/2023

Report
זונטאג פרשת שופטים כ''ו מנחם אב יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א 'בצל הקודש' פון מ''מ וממשיך דרכו בקודש כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית בבנין הישיבה על קברו, היכל המתיבתא סניף דברי יואל, אינאיינעם מיט א גרויסן ציבור אנ''ש און תלמידי המתיבתא. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
בן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב ק"י וחתן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
ב"ר יעקב מרדכי גראס הי"ו.
ב"ר אביגדור בלייך הי"ו.
ב"ר אברהם ישראל הערשקאוויטש הי"ו.
ב"ר ברוך מארקאוויטש הי"ו.

דערנאך האט רבינו שליט''א געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה בהשתפכות הנפש.

נאכן דאווענען ארום 12:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק' ברוב עם הדרת מלך, מען האט געזינגען נגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש, הכנה והתעוררות איידערן פוקד זיין דעם ציון הקדוש, אויפן פסוק 'צדק צדק תרדוף' א צדיק קען אויף יענע וועלט משפיע זיין גרעסערע השפעות ווי בחיים חיותו, און נאכגעברענגט פון רביה''ק זיע''א אז זיין נאמען י'ואל ב'ן ח'נני' י'ו"ט איז ר"ת י'עלזו ח'סידים ב'כבוד י'רננו, ובקול חונק בדמעות געבעטן מען גייט מתפלל זיין ביים ציון עס זאל נשפע ווערן רפואות און ישועות און שמחה אין אידישע הייזער, און ארויסגעברענגט דעם קשר אמיץ און די חיבה וקירבה יתירה צו די בחורים און די ישיבה, און אויפגעפאדערט די בחורים זיך אויפצופירן ווי א תלמוד פון זיין ישיבה, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.

נאכן מסיבת לחיים ארום 12:50 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון המצויינת, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה ליכט, און געזאגט די תפילה 'שלום עליך' פונעם ישמח משה זי"ע בבכיות נוראות, און דערנאך פארגעזאגט פון קאפיטל צ' ביז ק"ז כנהוג, און געזאגט דעם יהי"ר בהשתפכות הנפש, דערנאך האט דער רבי געלערנט פרקי משניות און געזאגט קדיש דרבנן.
רבינו שליט"א האט געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט, בשעת מ'האט געזונגן ניגוני התעוררות וואס פלעגט געזינגען ווערן בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף ציון הק' א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:45.

נאכמיטאג ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה.

פארנאכטס ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו די צענטראלע סעודת הילולא בבית מדרשו פונעם בעל הילולא אין ביהמ"ד הגדול בקרית יואל במעמד אלופי אלפי ישראל, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מאריך געווען שלחנו הטהור, און דאן געמאכט דעם סיום הש"ס וששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די חברה ש"ס דקהלתינו הק' און דערנאך געזאגט דעם הדרן און קדיש, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל'.
במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא. מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב''ד הוניאד קר''י.

ארום 9:55 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש, דברי חיזוק ומוסר, וחובת השעה בדברים העומדים על הפרק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'שופטים ושוטרים תתן לך' און געטיישטש במשנתו פונעם בעל הילולא, און ארומגערעדט איבער גדלותו וצדקתו און די פעולות לרוב וואס רביה"ק האט אויפגעטוהן בכלל ובפרט אין אלע עמודי עולם, תורה, תפילה, און חסד, און מעורר געווען אידן לתשובה ביי זיינע דברי כיבושין ביי של''ש און די פלאמפייערדיגע דרשות, אויפגעשטעלט מוסדות החינוך פאר אינג אין אלט, פעלות לטובה פאר כשרות און עניני קדושה וצניעות, עס ליגט א פליכט ממשיך צו זיין אין די אלע ענינים, זיין פייערדיגע מלחמה לה' קעגן טומאת הציונות אין אלע אירע מלבושים וואס מיר דארפן ווייטער אנהאלטן מחזק צו זיין מוסדות עטה''ק און ארויסגעברענגט לשבח פון די אברכי הכוללים אין קר"י וואס האבן צוזאמגעשטעלט די יאר א מיליאן דאלער פאר מוסדות עטה"ק בארה"ק דורכ'ן 'קרן אברהם יוסף', חוץ פון אלע אנדערע אברכים ואנ"ש די בכל אתר ואתר, וואס באטרעפט אויך א ריזיגן סכום.
דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט די פולע פעולות פון רביה''ק הבעל הילולא זיע''א צו שטיצן די ביד''צ עדה החרדית און ירושלים עיה''ק, און דערמאנט די שווערע מלחמה פון אביו רביה''ק בעל ברך משה זיע''א ווען ער האט געזעהן די עדה החרדית אין א סכנה, און מיט ווייטאג ארויסגעברענגט אז עס איז דא מענטשן מבפנים אין די עדה החרדית וואס צוברעכן און זענען מהרס די עדה החרדית מיט פארשידענע פעולות שאין רוח חכמים נוחה הימנו, עס איז דא א פחד פון טעראר וואס מאכט אנדערע שווייגן, אונז דא פון דערוייטנס זענען מתפלל מהפך צו זיין דעם וי צו טוב, די זעלבע איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות אין ארה"ק וואס גייט אן מיטן פולן קראפט און קיינער ווייסט נישט מה יולד יום.

א הייליגער אויר האט זיך געשפירט אין מקום הקדוש בית מדרשו של רבי זיע''א ווען דער רבי האט אויסגערופן אז דער שטאט 'קרית יואל' וואס רביה''ק זיע''א האט אויפגעשטעלט לשמו ולזכרו האט זיך ב''ה צו-וואקסן אין אלע זייטן, עס האלט שוין ביי ארום אכט טויזענט משפחות, אריבער פיר און פערציג טויזענט נפשות קע"ה כ"י!, און אזוי ווי מען האט שוין בעבר גערעדט 'קרית יואל' איז נישט באגרעניצט צו א ווילידזש, קדושה האט נישט קיין גבול און אלעס ארום איז א חלק פון קרית יואל, מיטן רופן דעם הייליגן נאמען 'קרית יואל' ברענגט א קשר עליון פון די תושבים צו רביה"ק וואס ע"ש נקרא און איז משפיע קדושה אויף די שטאט, יעדער וואס ציהט זיך אהער צו איינע פון די געגענטער אין קר''י איז דאס אדעתא דהכי אז ער מוז זיך מקבל זיין חומרות המקום שהלך לשם.
דאן האט דער רבי אויסגערופן מיט א אש קודש און קורא שם געווען אויף אלע געגענטער אלע שכונות מיט הייליגע נעמען אזוי ווי די ביז יעצטיגע שכונות אין קרית יואל, כדי משרה צו זיין קדושת המקום און א המשכה פונעם קדושה פון קר''י.

ויקרא להן שמות כשמות אשר קרא להן אביו
בלומינגראוו.
די געגענט פון דאלאס 'שכונת דברי חיים'.
די געגענט פון ווירדזשיניע 'שכונת זרע קודש'.
די געגענט פון לעיק שאור 'שכונת שאגת אריה'.
וואדבארי ווילאס 'שכונת חתם סופר'.
סמיט גארדענס 'שכונת ברוך טעם'.
קאנטרי האלאו 'שכונת חכם צבי'.
היילענד לעיק עסטעיטס 'שכונת בית יוסף'.

שמא קגרים! דער רבי האט אויסגעפירט אז מיט'ן רופן מיט די הייליגע נעמען וועט עס משפיע זיין רוחניות און גשמיות פאר אלע תושבים 'תושבי קרית יואל' אזוי ווי דער בעל הילולא האט געוואלט בלי שום שינוי.

דער רבי האט ממשיך געווען מיט די ירושה וואס רביה"ק זיע''א האט איבערגעלאזט די מוסדות החינוך איבער דער גארער וועלט און ב"ה עס איז מוסף והולך בכמות ובאיכות, און מעורר געווען בעניני צניעות וכיסוי הראש א שייטל וואס איז נראה כשער ממש איז אסור בכל הדיעות, און גערעדט איבער די ביליגע דירות פראיעקט און געזאגט 'אני על משמרתי אעמודה' מען טוהט פולע פעולות מען זאל קענען בקרוב מוציא זיין מכח אל הפועל סיי ביי דעם פראיעקט און סיי אויף אנדערע פלעצער בס"ד.
די גזירות החינוך אין ניו יארק ווערט ערגער און ערגער הקב"ה זאל שומר ומציל זיין אז זיי זאלן נישט האבן קיין שום שליטה אויף אונזער חינוך, און ארויסגעברענגט לשבח פון אונזערע ישיבות וואס שטעלן צו פאר א בחור וואו צו זיין ביז ער האט חתונה, און מעורר געווען איבער שיקן בחורים לערנען אין פרעמדע ישיבות וואס מען גייט נאכדעם קיין ארץ ישראל וואס דאס ברענגט א שרעקליכע הפקירות באיזה אופן שיהי', דער רבי האט מסיים געווען מען שטייט ביומדהל''ק מען האפט אז רביה"ק זיע''א איז עומד ומתפלל פאר אונז געהאלפן צו ווערן בכל מילי דמיטב עד ביאת הגואל בב"א.

נאך די דב''ק האט רבינו שליט"א געבענטשט אויפן כוס. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

נאך די סעודת הילולא איז הגה''צ אבד''ק לאנדאן שליט''א אריין בקו''פ בחדרו הפרטי, ווי ער האט געגעבן פארן רבי'ן א רשימה פון תלמידי ישיבתינו הק' לאנדאן וואס פארפעלן נישט קיין פארטאגס אינערהאלב די חבורה 'אשכים ואשנה' אין קעמפ.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס ▫️