בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday27 Menachem Av 57838/14/2023

Report
שב''ק פרשת ראה מברכים חודש אלול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.

מען האט געענדיגט ארום 10:05, דער ציבור איז אריבער גוט שבת זאגן און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 10:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און א קבוצה נכבדה מאנ''ש תומכי מוסדותינו הק' בבני ברק, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הגאון רבי אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א בן מרן פוסק הדור מרא דארעא קדישא שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען נכדיו חתני הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. כל מקדש: הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א, מנוחה ושמחה: הרב אברהם רוקח שליט"א.

רבינו שליט''א געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און געטייטשט בדרך דרוש אז דורך זיך פירן בענווה איז נח לאדם שנברא.

קה אכסוף: נכדו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א, ברכהמ''ז: הגאון רבי אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א בן מרן פוסק הדור מרא דארעא קדישא שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א לענגערע צייט פון דודו רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א וואס די יארצייט איז געווען דעם זונטאג כ"ו מנחם אב.

קה רבון עלם: נכדו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט, די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב חיים בן הרה"ג רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א. מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:25.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ברוך אילאוויטש הי"ו (בני ברק), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יהודא ראזענפעלד הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יעקב אלימלך ראזמאן הי"ו (בני ברק).

עליות. כהן: ר' יחיאל רובין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: הרה"ח ר' אפרים משה לעווי הי"ו (בני ברק). שלישי: הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו (בני ברק). חמישי: החתן ב"ר יושע יאקאב הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל.
ר' אברהם וואלף ווייס הי"ו.
ר' אליעזר ווייזער הי"ו.
ר' מרדכי פעלדמאן הי"ו.
ר' אשר יונה שווארץ הי"ו (וומסב''ג).
ר' נפתלי הירצקא קויפמאן הי"ו.
ר' משה ארי' ברי''ש פריעדמאן הי"ו.

שביעי: החתן ב"ר מנחם ליבערמאן הי"ו. הוספה: החתן ב"ר שמואל מרדכי שטיין הי"ו. אחרון: החתן ב"ר מאיר מרדכי בודק הי"ו. מפטיר: הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחעמעלניק מאנסי. הגבה: הרה"ח ר' מרדכי שלעזינגער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יושע יאקאב הי"ו.

רבינו שליט"א האט ר''ח געבענטשט בהתעוררות רב, און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לרגל די הילולא קדישא, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק שטיין הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף בנימין ווייס הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:55.

נאכמיטאג ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה י"ח 'כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו, משה זכה וזכה את הרבים, זכות הרבים תלוי בו' און געטייטשט אויף 13 אופנים בדרך דרוש ואגדה ומוסר, און ביים סוף מעורר געווען זיך מתדבק צו זיין במידות האמת און זיך מתרחק זיין פון מידות השקר, עס קומט ימי אלול וואס מען דארף אויסניצן לתשובה ולתיקון המעשים, און נאכגעזאגט פון הרה''ק רבי פנחס'ל קאריצער זיע''א אז א שקרן קען נישט תשובה טוהן, און מסיים געווען בברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 8:00 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:25. מנחה הרה"ח ר' ירחמיאל וואלף פריעד הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אסף וואהלבערג הי"ו (ב"פ). כהן: הרה"ח ר' זושא הכהן רובין הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו. שלישי: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: ר' בנימין פריעדמאן הי"ו (בני ברק).

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און געטייטשט אז א גאנץ יאר זוכה צו זיין צו הערן דעם קול ה' און נתעורר ווערן לתשובה דארף מען זיין ספעציעל ראוי, אבער אין חודש אלול דורך דעם קול שופר איז יעדער זוכן. צו הערן דעם קול ה', און מסיים געווען בדברי התעוררות לחודש אלול מען זאל אויסניצן די שעות פון דעים חודש לתשובה ולתיקון המעשים.

ידיד נפש: הרה''ח נפתלי לעבאוויטש הי''ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו מעריב מוצש''ק און געזאגט קדיש לרגל די הילולא קדישא.

נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️