בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ד מנחם אב תשפ"ג8/11/2023

באריכט
פרייטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה בנין קליין אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אהרן בר"מ גאלדשטיין הי"ו.
ב"ר נפתלי צבי קלאגסברוין הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, די מלמדים און קינדער.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה וומסב''ג בהנהלת הרה''ג ר' משה שמואל ראטענבערג שליט"א ווי דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט אויף שו"ע הלכות ברכת הפירות, און דערנאך האבן די בחורים געפרעגט פון רבינו שליט"א שאלות איבער פארשידענע ענינים וואס מאכן זיך כסדר, דער רבי האט משיב געווען דבור דבור על אופניו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בחורים, און פארטיילט פאר אלע בחורים ספרו לב אהרן אויף דברים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️