בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ"ג מנחם אב תשפ"ג8/10/2023

באריכט
מיטוואך פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יעקב יושע שעהנברוין הי"ו, וואו דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יואל שלמה יאקאב הי"ו, וואו דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה 'סניף השיב משה' בהנהלת הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר נסים סאאל הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים, דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אראפ צו די תלמידי כתות ג' ד' ה' וואו דער רבי איז אריין אין עטליכע כיתות און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.

פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו וואו עס איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר קליין הי"ו, וואו דער רבי איז געווען סנדק.
ולבן הנולד אצל ר' דוב בער פאלאטשעק הי"ו (וומסב''ג), וואו דער רבי איז געווען סנדק.

נאכמיטאג ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אסף וואלבערג הי"ו - ר' יואל בר"א זילבערשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' ישראל אהרן אייזדארפער הי"ו - ר' הערש בער מייזעלס הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

דערנאך איז דער רבי אריבער בבית הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין קרית יואל צום שידוך שליסן פון זיין טאכטער הכלה תחי' עב"ג הבה"ח עזריאל ני"ו בן ר' משה ליפא גוטמאן הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, מ'האט געשלאסן דעם שידוך, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר חתן וכלה און די חשובע מחותנים שיחי'.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד דברי חיים דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן און מאציל געווען מברכות קדשו.

אזוי אויך זענען אריין די עסקני וראשי 'קרן אברהם יוסף' שע"י מבצר הכוללים פון וואו עס ווערט פארטיילט יערליך ריזיגע סכומים פאר מוסדות עטה"ק בארה"ק עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילצאליגע פעולות פונעם קרן, וואו מען האט ארויסגעברענגט אז אינאיינעם מיט די אנדערע קרנות וועלכע גייען אן אין עטליכע בתי מדרשים איבער קרית יואל ווערט פארטיילט קרוב צו א מיליאן דאלער פאר די מוסדות הק' דער רבי האט שטארק מחזק געווען די עסקנים און ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שמואל ברא"ל בראך הי"ו - ר' יואל בערנאטה הי"ו.
ר' יואל מאיר פריעדמאן הי"ו - ר' אלי' מרדכי בראך הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10, נאך מעריב איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט''א נשיא ישיבת תו"ח לאנדאן ולרפו"ש דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️