בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ט מנחם אב תשפ"ג8/6/2023

באריכט
שב''ק פרשת עקב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן ישראל ב"ר מאיר מרדכי בודק הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א רב בבית מדרשינו ברך משה במאנסי. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א אפיעל פאר מוסד הק' קרן הצלה עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' שמואל פריעדמאן שליט''א, מען האט געענדיגט ארום 10:25, דער עולם איז אריבער גוט שבת זאגן, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן יואל ט"ב שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ לעניני סת"ם דקהלתינו ב"ב.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א, מו"ץ.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די הפטורה 'הביטו אל אברהם אביכם און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: הרה"ח ר' אליעזר דוד חעשין הי"ו (ירושלים), ברכהמ''ז: הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א אבד''ק ציעשנוב.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' סענדר'ל מ'קאמארנע זצוק''ל, וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ"א אב, און ביים סוף מכבד געווען הגה"צ ציעשנובער רב שליט"א צו פארציילן א סיפור.

קה רבון עלם: הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 2:00.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' מענדל פרענקל הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע הערש פריינד הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א.
עליות. כהן: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ג ר' אלעזר רובינפעלד שליט"א. שלישי: החתן ב"ר מאיר מרדכי בודק הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר מענדל וואלף שטערן הי"ו. חמישי: החתן בן הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: ר' חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: ר' צדוק היילברוין הי"ו, דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. מפטיר: הרה"ח ר' עמרם כהן הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' אהרן שמואל פישער הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"ז דרוממער הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' זלמן לייב שווארץ הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:35.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ס איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:40. מנחה: ר' אלי' ברח"א שפיטצער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק אייזיק פישער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אברהם יודא וויינפעלד הי"ו (אוסטראליע), לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג), שלישי: הרב אלימלך האלבערשטאם שליט"א (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"ה פריינד הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה עקב תשמעון' און געטייטשט אז די ווערטער איז מרומז די נאמען רבי עקיבא, ביים סוף יאר ווען מען וועט ווערט נתעורר לתשובה ווערט שווער די קשיא אם מלכא אנא עד השתא אמאי לא אתית לגבאי, נאר רבי עקיבא גייט ווי שיטות תלמידו רבי מאיר אז בין כך ובין כך קרואים בנים, במילא ווערט אלס נתקבל די תשובה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' משה נתן פישער הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אופן כוס און געזאגט שבע ברכות.

נאכן בענטשן האט זיך רבינו שליט''א באגריסט מיט הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א לרפו"ש נשיא ישיבת תו"ח לאנדאן וועלכע וויילט אין די וואכן אין קר''י און איז געקומען צו של"ש בצל הקודש.

מעריב מוצש''ק: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️