בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגט' מנחם אב תשפ"ג7/27/2023

באריכט
ליל תשעה באב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מעריב ארום 9:45. בעל תפילה: הרה"ח ר' בצלאל בנימין פרידריך הי"ו (קר"י).

בכו תבכה בלילה
נאך מעריב האט רבינו שליט''א געזאגט מגילת איכה וקינות לליל תשעה באב און מקונן געווען על חורבן ביהמ''ק בבכיות עצומות, עס האט פארגעזאגט משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 10:50.

דאנערשטאג תשעה באב

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 9:45.
ביי די ברכות האט דער רבי אויך געמאכט די ברכה פון שעשה לי כל צרכי. בעל תפלה: הרה"ח ר' משולם זושא לעווי הי"ו (וומסב''ג).

פתיחה: ר' הערשל גאנץ הי''ו (קר''י), כהן: הרב יצחק אייזיק כהנא הי''ו, לוי: ר' משה ארי' פריעדמאן הי"ו (קר"י), שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א, הגבה: ר' יודא ברי"מ לאנדא הי"ו (קר''י), גלילה: הב' ב"ר ישעי' שבתי בראך הי"ו (קר''י).
דערנאך האט דער רבי געזאגט די הפטורה וברכותי', בבכי תמרורים א לענגערע צייט.

נאכן ליינען האט דער רבי געזאגט די קינות ליום תשעה באב בבכי ומספד, עס האט פארגעזאגט משב''ק הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, נאך די קינות האט מען געענדיגט אשרי ובא לציון, און עלינו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מנחה ארום 7:05. דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד, דערנאך האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור בן הר"ר חיים יושע לעווי שליט"א (קר"י).
דער רבי האט געזאגט די ד' פרשיות, ווי דער רבי האט גענומען די ציצית ביי קר"ש, און דערנאך משלים געווען דעם שיר של יום און קוה.
בעל תפלה: הר''ר אלחנן טויב הי"ו (קר"י). פתיחה: ר' דוד פארקאש הי''ו. כהן: הב' ב"ר חיים שאול קאהן הי"ו (קר"י). לוי: הב' הבר מצוה ני"ו. שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א. הגבה: הרה"ח ר' יוסף מאסרי הי"ו (קר"י). גלילה: הרה"ח ר' אליעזר הערש ניימאן הי"ו (קר''י).

נאך מנחה האט דער רבי אנגעטוהן תפילין דר"ת, און געזאגט די פינף טעגליכע קאפיטלעך תהילים. מען האט געענדיגט ארום 8:10.
אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון תשעה באב, צווישן אנדערע איבער'ן גיין אין מקוה מוצאי תשעה באב.

ביים זמן רבינו תם איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מעריב.

יהי"ר שיבנה ביהמ''ק בהמהרה בימינו, והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 993