בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגז' מנחם אב תשפ"ג7/25/2023

באריכט
דינסטאג פרשת ואתחנן 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד ישראל ברוך אונגאר הי"ו (קר"י).

נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכדו החתן הרב מאיר אליעזר ט"ב שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיטן בר מצוה בחור עס האט זיך פארמירט א שמועס בהלכות אבילות פון ז' אב און ווייטער.

דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קרית יואל, און פארשידענע מעשיות פון די דערפער און שטעטלעך און די אלטע היים.

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:50. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️