בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךא' מנחם אב תשפ"ג7/19/2023

באריכט
מיטוואך דברים ר"ח אב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45, עס האבן מיטגעדאווענט די תלמידי ישיבת גדולה עסק התורה.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד ווייס הי"ו (קר"י).
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב כנהוג.
פתיחה: בנש"ק הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר, כהן: הב' יהושע ב"ר בנציון קאהן הי"ו (מאנסי), לוי: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א, שלישי: הב' הבר מצוה, רביעי: רבינו שליט"א, די עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, גלילה: ר' דוד ווייס הי"ו.
מוסף הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א מנהל הישיבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ''ד, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון ראש חודש.

ארום 11:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, פאר די פיש האבן תלמידי הישיבה געמאכט א סיום מסכת, הב' החתן יודא לייב ב"ר שלום אליעזר וועבער הי"ו (קר"י) אויף מסכת מנחות, און הב' אשר זעליג ב"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו (לאנדאן) אויף מסכת מכות.

מען האט אויפגעגעבן א פליישיגע סעודה, ביים לחיים נאך די זופ האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די בחורים המסיימים, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה.
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק אין איכה 'גלתה יהודה מעוני' און געטייטשט אז אויף עבירות בין אדם לחבירו איז נישטא קיין מליצה ישרה און אויף דעם איז געקומען דער חורבן ביהמ''ק, און מעורר געווען נזהר צו זיין באהבת חברים און אין דעם זכות וועט מען ארויסגיין פון גלות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורים.

ברכהמ''ז: הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר.

דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים לקראת זייער נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:50. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:40 געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 728