בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מאנטאגכ"ח תמוז תשפ"ג7/17/2023

באריכט
מאנטאג דברים, כ"ח תמוז יומדהל''ק פון מרן הגה"ק הישמח ח משה זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה.

פתיחה: הרה"ח ר' משה ברוך שווארץ הי"ו (וומסב''ג), כהן: הרה''ג ר' לוי יצחק ברזעסקי שליט"א, לוי: הר''ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א (קר"י), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל''ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און דערציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.

דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע ענינים פונעם בעל הילולא זיע''א.

נאכמיטאג ארום 5:15 איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי הלל וויינבערגער שליט"א אבד"ק סערדאהעלי ורב מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, וועלכע איז יעצט אינטערוועגנס פאר כשרות, דער רבי האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד און האט געהייסן דעם הויז בחור אריינצוברענגן מידי דמיזן קומענדיג פון אזא ווייטע וועג און האט מכבד געווען טועם צו זיין. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכה איבער פארשידענע שאלות פאר נאנט צו א האלבע שעה, דערנאך האט דער רבי ארויסבאגלייט ביז די גאס.

שפעטער ארום 6:00 האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק דורך א הוקאפ פאר אנשי שלומינו אין לאנדאן ביי די אסיפה נחוצה 'מסורתינו' פאררופן בפקודת הקודש פון רבינו שליט''א.

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מנחה ארום 8:30, אויפן וועג צום ביהמ"ד האבן שלום גענומען תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אינאיינעם מיט די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה.

נאך מנחה האט דער רבי מאריך געווען שלחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד'.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און פאר די פיש האט דער ראש הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א געמאכט א סיום אויף מסכת סוכה וואס איז געלערענט געווארן במסגרת הישיבה, און געזאגט קדיש.
ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו', במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר ר' אנטשיל גרובער שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' מאנסי.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש משולב מיט סיפורים פונעם בעל הילולא, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורים.
רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 9:50.

נאך די יארצייט סעודה האט מען געדאווענט מעריב, נאך מעריב האבן זיך געזעגענט א קבוצה אנ''ש פון מאנטרעאל וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די יארצייט סעודה, און דער רבי האט אהיים שפאצירט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️