בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגט"ו תמוז תשפ"ג7/4/2023

באריכט
ויהי זהב התנופה.. שלושים מיליאן דאלאר

נְדִיבֵי עַמִּים נֶאֱסָפוּ

א היסטאריש רייכע באנקעט איז פארגעקומען היינט יום ב' פרשת פנחס, לטובת דעם קרן הבנין פארן נייעם בנין האדיר תל תלפיות פון קהילתינו הק' ומוסדותי' אין ירושלים עיה''ק, וואס שטייט אונטער דעם נשיאות פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

די מסיבה איז פארגעקומען אין שטוב פון דעם בונה ומקים עולמות של תורה הרבני הנגיד המפואר ר' עקיבא הערש קליין הי''ו, נאכדעם וואס וואכן לאנג איז ער מיט די אנדערע פונעם וועד קרן הבנין ה''ה הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי''ו, הרבני הנגיד איש ירושלים ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו, הרבני הנגיד ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו, ארום געגאנגען על פתחי נדיבים מיט די פערזעדליכע באגלייטונג פונעם משב"ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו. איז היינט געווען דער באשטימטער טאג וואס די פינף און דרייסיג אידן היושבים ראשונה במלכות סאטמאר, זענען געקומען זיך באטייליגן און גע'חתמ'ט אויף א שטר שותפות אינאיינעם מיט רבינו שליט''א צו זיין א שותף אין דעם דרייסיג מיליאן דאלערדיגן בנין.

רבינו שליט''א איז אנגעקומען צו די מסיבה ארום 7:30. א רייכע סעודה איז געווען צוגעשטעלט אויף גאר א פראכטפולן פארנעם.

דער יושב ראש המעמד הרה''ח ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו האט ארויסגעברענגט אין קורצע טרעפליכע ווערטער די מטרת המסיבה און די היסטארישקייט דערפון, און דאן אויסגערופן דעם אורח הדגול הרה''ח ר' יששכר יאקאב הי''ו מנהל מוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק, וואס איז געקומען ספעציעל צו פליען צו די געהויבענע מסיבה, און האט איבערגעגעבן פארן ציבור דער מצב קהלתינו הק' ומוסדותי' ובפרט נאך די ביטערע שריפה וואס האט דארט באטראפן.

צווישן די דרשות און די הערליכע ניגונים זענען די נגידים איינציגווייז ארויף חתמ'נען די שטרות אינאיינעם מיט רבינו שליט''א.

דערנאך האט דער יו''ר אויסגערופן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א וועלכע האט זיך נארוואס צוריקגעקערט פון א נסיעה בארה''ק ווי די רב שליט''א האט געפראוועט א שבת בעיה''ק. דער רב שליט''א האט איבערגעגעבן א גריס פון אנ''ש בארה"ק בכלל אין ירושלים עיה''ק בפרט און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די שותפים האבן מיט'ן בויען דעם בית הגדול והקדוש. דער רב שליט"א האט עקסטערע ארויסגעברענגט לשבח די חברי וועד קרן הבנין החדש, וועלכע האבן זיך אוועקגעגעבן בלב ונפש פאר די הצלחה ובמיוחד פארן משב"ק ר' חיים שלמה, און מסיים געווען בברכות לרוב.

דערנאך האט דער יו''ר אויסגעריפן און באגריסט די אלע נגידים וואס האבן שוין אינטערגעשריבן ביז יעצט און אויסגערופן הרבני הנגיד ר' מאיר הירש הי''ו וואס איז מקושר קיין ירושלים שוין לאנגע יארן און דערביי ארויסגעברענגט אז שוין יאהרן לאנג וואס ער דעקט דעם דעפיציט און צאלט די מארגעדזש פון די בנין וואס האט געהאלטן ביים פארפאלן גיין.

ר' מאיר הירש הי''ו וואס איז באקאנט אלס א נאה דורש ונאה מקיים איז צום ערשט ארויפגעגאנגען חתמ'נען די חתימה מיט רבינו שליט''א און דערנאך אויפגעטרעטן און געפאדערט צו ארבייטן באחדות און אזוי ווי מען האט צוזאמגעשטעלט דא געלט פונעם גאנצן עולם אלע אינאיינעם, זאל מען ארבייטן צוזאמען ביז דער בנין וועט שטיין און וועט זיין א כבוד לממלכת סאטמאר, און דערביי באגריסט די חברי וועד קרן הבנין וואס האבן זיך אזוי שטארק אוועקגעגעבן ובמיוחד דעם בעל אכסניא הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי''ו.

דער יו"ר האט דערנאך ארויסגעברענגט דאס התקשרות פון רבינו שליט"א צו אנ"ש בירושלים עיה"ק, און האט דערביי באגריסט די חברי הנהלה וועלכע זענען נתמנה געווארן דורכ'ן רבין שליט"א אין ירושלים עיה''ק, ה''ה הרה''ח ר' יששכר יאקאב הי''ו, הרה''ח ר' ישראל מרדכי פעלבערבוים הי''ו, הרה''ח ר' נתן בנימין ראטה הי''ו, און הרה''ח ר' יושע קליין הי''ו, וואס צוויי פון די זענען ספעציעל ארויסגעקומען צום מעמד.

און באזונדער האט ער באגריסט הרה''ח ר' גרשון פעלבערבוים הי''ו וואס ער איז דער עסקן בהאי הידועה און איז מסדר אלע ביוראקראטישע ענינים. מ'האט ארויסגעברענגט ווי וואונדער איבער וואונדער נאך יארן וואס גארנישט האט זיך גערירט, האט זיך פלוצלינג אלעס אנגעהויבן רירן און בחסדי שמו ית' איז שוין ערהאלטן געווארן די פערמיטן און מען האט שוין אנגעהויבן די מלאכת הבניה אויפן ריזן שטח.
דאן האט דער יו''ר אויסגערופן אז בא הכתוב ויוחסו אחר אהרן, פון ווי קומט דאס אלס דער עולם האט געגעבן די גרױסע נדבות מיט אזא אש להבה, דאס אלעס דרייט זיך נאכן רבי'ן שליט''א, און דער רבי אליינס האט זיך אויך מתחייב געווען צו ברענגן א מיליאן דאלאר און שוין יעצט ביי די מסיבה געברענגט די ערשטע הונדערט טויזנט דאלאר.

צווישן די מתנדבים בעם זענען לע"ע געווארן רעזערזווירט די דריי זכותים.

זכות שם בנין הביהמ''ד 'בנין ראזענבערג' וואס איז אפגעקויפט געווארן דורך משפחת הרה''ח ר' יצחק ראזענבערג ע''ה ואחיו הרה''ח ר' אברהם יודא הי''ו.

זכות שם בנין התלמוד תורה 'בנין יחזקאל בראך' אפגעקויפט געווארן דורך נכדי הרה''ח ר' יחזקאל בראך ע''ה מנהל מוסדותינו הק' בירושלים רבות בשנים, ה''ה הרבני הנגיד ר' שמואל חיים בראך הי''ו ובנו הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי''ו ובנו הרבני הנגיד ר' יחזקאל שרגא בראך הי''ו, הרבני הנגיד ר' אברהם יושע העשיל הכהן גלאנץ הי''ו, הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי''ו.

זכות המקוה איז רעזערווירט געווארן דורך דער בעל אכסניא הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי''ו ושותפו הרבני הנגיד ר' מאיר יעקב אינדיג הי''ו.

אלעס צוזאמען איז געשאפן געווארן די אסטראנאמישע פאנטאסטישע סומע פון אריבער 30 מיליאן דאלאר מנדבת לבם של אנ''ש שיחי' וואס האבן בייגעשטייערט פון א מיליאן דאלאר און העכער כ"י, ה"ה:

כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א
ר' מאיר הירש הי''ו
ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו
ר' אברהם יודא ראזענבערג הי''ו
משפחת ר' יצחק ראזענבערג ע''ה
ר' שאול פריעדמאן הי''ו
ר' שמואל חיים בראך הי''ו
משפחת לעוו - לאנדאן
משפחת וויינשטאק שיחי'
ר' עקיבא הערש קליין הי''ו
ר' מאיר יעקב אינדיג הי''ו
ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי''ו
ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו
ר' פישל ריספלער הי"ו
ר' אברהם בראך הי''ו
ר' יחזקאל שרגא בראך הי''ו
ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי''ו
ר' חיים יהודא לעפקאוויטש הי''ו
ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו
ר' זלמן לייב אבערלענדער הי"ו
ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו
ר' משה גאלדשטיין הי''ו
ר' יקותיאל דוד אהרן ווייס הי''ו
ר' יהודה ווייס הי''ו
ר' יהודה רובינשטיין הי''ו
ר' יוסף מרדכי כהנא הי''ו

רבינו שליט''א האט דאן משמיע געווען דברות קודש די שייכות וואס אונז האב מיר קיין ירושלים, און אז ווען א מענטש געט געלט דארט איז זיין שאיפה דארט ווייל ער זיין עומדות היו רגלינו בירושלים. דערנאך האט דער רבי שליט''א געוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע נגידים און ספעציעל פארן בעל אכסניא ר' עקיבא הערש הי''ו און געזאגט אז מען קען נישט ארויסברענגן די רגשי הלב אז עס פאסירט אזא זאך אז ארום 35 אידן קומען און געבן אזעלכע גרויסע געלטער, דאס איז נישט קיין פשוט'ע זאך און עס איז א מורא'דיגע זכות, דער רבי האט דערנאך מסיים געווען בברכה שלימה פארן גאנצן ציבור יעדן עקסטער מיט השפעות טובות וכל טוב סלה.

די טאג ב' פנחס תשפ''ג וועט אריינגיין אין די היסטאריע פון ממלכת סאטמאר אלס דער טאג וואס די נגידים פון די סאטמארע קהילה האבן ציווישן זיך צוזאמען געשטעלט אזא אסטראנאמישע ציפער אין איין טאג צו קענען אנהייבן און בעזרת השם גומר זיין דעם מעכטיגן צענטער בירושלים עיה''ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע