בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

זונטאגי"ג תמוז תשפ"ג7/2/2023

באריכט
מוצש''ק פרשת חקת בלק 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 12:15 זענען אריין בקודש פנימה הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ קהלתינו לעיקוואד אינאיינעם מיט ראשי ונכבדי קהלתינו פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס צום סוף האט דער רבי געזאגט דברי הדרכה פאר די בחורים, און מען איז אריבער אפנעמען ברכת הקודש.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים פון שיכון סקווירא וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד תפילה למשה בקר''י ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל אירוסי בת הרבני הנגיד ר' אברהם יודא גאלדבערגער הי"ו נדבן ופטרון הביהמ"ד מגדולי תומכי מוסדות רבינו שליט"א וועלכע האט געגעבן א גרויסע סכום פאר די מקוה טהרה אין קר''י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלי' מאיר ברא"י גאלדבערגער שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן מחותנים, און פארן זיידן הרה"ח ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו און פארן רב הביהמ"ד הגה''צ ר' שלום ראטענבערג שליט"א און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויף איינע פון די טירן און ארומגעגאנגען אלע חדרים און שטאקן פונעם ביהמ"ד און אין די פראכטפולע מקוה.

ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו החדש אויף 68 דולעק בשכונת דאלעס אין קרית יואל, ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל פתיחת הביהמ"ד, ביים אנקומען האט דער רבי קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג און זיך אומגעקוקט אינעם ביהמ"ד ווי מען גייט בויען א מקוה און אלע צוגעהערן.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן איינע פון די עסקנים און הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, און הרה"צ ר' יואל האלבערשטאם שליט"א רב בית מדרשינו בית שמואל.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און עקסטער פאר די עסקני הביהמ"ד, און משמיע געווען דב"ק אז אלעס ווענדט זיך אין די התחלה און וואספארא יסוד מען שטעלט אראפ, און מעורר געווען צו שטיין על המשמר אז עס זאל זיין א ביהמ"ד וואס קומט ארויס תורה עבודה און גמ''ח אויף א שטארק חסידיש'ע אופן, און מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר אלע תושבי השכונה ומתפללי הביהמ"ד, אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן גרויסן שטח ווי עס וועט געבויעט ווערן דעם בנין החדש והמפואר פארן ביהמ''ד. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ"ד ארום 2:10.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א מו"ץ, צו די שמחת השבע ברכות לרגל נשואי בנו למז"ט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און ארויס אין א ריקוד מיטן חתן און מחותנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️