בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגא' תמוז תשפ"ג6/20/2023

באריכט
מאנטאג פרשת קרח א' דר"ח תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה בבנין קעפעטש אינאיינעם מיט ישיבה קטנה 'דרכי התורה' פון מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' שאול יחזקאל פערלשטיין שליט"א.
ביים אנקומען איז רבינו שליט''א אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פארן דאווענען מיט א שטארקע קורת רוח.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יהושע וויינשטאק הי"ו.
ב"ר יואל בר"מ מיטטעלמאן הי"ו.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה', אז מען דארף ארבייטען עס זאל זיין 'ובתוכם ה' מען זאל ארייננעמען דעם אייבערשטן 'אין' זיך, די פנימיות זאל זיין תוכו כברו, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה ת"ת ישיבה ספרינג וועלי דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די קינדער זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

נאכמיטאג האט רבינו שליט"א טעלעפאניש זיך געזעגנט מיט הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א וועלכער פליעט אפ בשליחת הקודש צו אנ"ש תושבי ארה"ק ת"ו, דער רבי האט א לענגערע צייט געגעבן דברות קדשו וואס הגה"צ דער רב שליט"א וועט איבערגעבן דינסטאג נאכט ביים כינוס אנ"ש אין בית שמש ת"ו, מיטוואך נאכט ביים כינוס אנ"ש אין בני ברק ת"ו און דאנארשטאג נאכט ביים כינוס אנ"ש אין ירושלים עיה"ק, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר א דרך צליחה בכל הענינים. דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' חיים דוד פריעד הי"ו - ר' מאיר שפיטצער הי"ו, באולם כינור דוד.
הר''ר חיים משה כ"ץ הר''ר יואל בן הגה''ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט''א, באולם רחל פאראדייס.

נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יחזקאל שרגא פריעדמאן ע"ה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:10 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:10.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרב יעקב ג'יאן שליט"א רב פון אומאן אוקריינע, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די מצב פון אידן אין אוקריינע בכלל און אין אומאן בפרט, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל יוסף שטעסל הי"ו (וומסב''ג) - ר' ישראל יעקב ווייס הי"ו.
ר' יואל ברש''י שטערן הי"ו (וומסב''ג) - ר' פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו.

נאך די תנאים'ס האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער בבית חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב ליפא רובין שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און אויפן וועג ארויס האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פארן יולדות.

אי"ה היינט דינסטאג ב' דר"ח תמוז וועט רבינו שליט"א דאווענען תפילת שחרית אין ביהמ"ד ברך משה און נאכן דאווענען וועט פארקומען די שמחת הברית מילה און די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️