בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday29 Sivan 57836/18/2023

Report
שב''ק פרשת שלח מברכים חודש תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימלעך פאר די חתנים.
החתן ליפא ב"ר חיים דוד פריעד הי"ו.
החתן שלמה דוד ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 10:30, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' אברהם מאיר דירנפעלד שליט"א, מנה"ר מוסדותינו הק' בית שמש.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א, מו"ץ, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'שלח לך אנשים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון התופס לבעל חוב במקום שחב לאחרים.

קה אכסוף: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א, ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' יהושע העשיל זצ"ל בן הרה"ק הברוך טעם זצ"ל, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג ד' תמוז.

קה רבון עלם: הרה"ג ר' אברהם מאיר דירנפעלד שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' יואל קעללנער שליט"א (מאנטשעסטער). מען האט געענדיגט ארום 1:40.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו, רבינו שליט''א האט האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו תפילת שחרית.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו.

עליות. כהן: הרה"ח ר' אהרן יוסף שווארטץ הי"ו. לוי: החתן ב"ר יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו - באווארפען. שלישי: החתן ב"ר מיכאל משה ברילל הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר יואל פעקעטע הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי:
ר' הערשל האללענדער הי"ו.
ר' מאיר הערש לעווי הי"ו.

שביעי: החתן ב"ר חיים דוד פריעד הי"ו - באווארפען. הוספות: החתן ב"ר שלום משה עקשטיין הי"ו - באווארפען. החתן ב"ר יואל בר"נ גרינפעלד הי"ו. אחרון: הרה"ח הישיש ר' שלום פעקעטע הי"ו (וומסב''ג). מפטיר: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו.

רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב.

מוסף: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אייזיק הערש בר"י שפילמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:45.

נאכמיטאג ארום 7:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ג' משנה ג' רבי שמעון אומר שלשה שאכלו על שלחן אחד ולא אמרו עליו דברי תורה כאלו אכלו מזבחי מתים, אבל שלשה שאכלו על שלחן אחד ואמרו עליו דברי תורה כאלו אכלו משלחנו של מקום, דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף פילע מהלכים בדרך דרוש אגדה ומוסר, און מעורר געווען אויף פארשידענע ענינים שצריכים תיקון ובתוכם איבער די פירצה פון א מאן פאטאגראפירער ביי די כלה וואס דאס איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ תורה און מעורר געווען די עלטערן צו שטיין על המשמר עס זאל נישט פאסירן, און מסיים געווען בדברי ברכה לקראת די ימי הקיץ הבעל"ט און מעורר געווען נישט נאכצולאזן קיין כל שהוא ווען מען פארט אוועק בכשרות המאכלים ובלימוד התורה. מען האט געענדיגט ארום 8:45 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 9:00. מנחה: הר''ר יעקב יוסף פילאפף הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' אפרים פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), שלישי: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה' און געטייטשט אז כדאי צו קענען מתפלל זיין דארף מען האבן אפען סיי פתח הפה און סיי פתח הלב דורך עוסק זיין בתורה איז מען זוכה צו יפתח לבינו בתורתו עס זאל זיך עפענען דאס הארץ צום בוכ''ע, פארדעם איז געווען מנהג ישראל צו לערנען פארן דאווענען כדאי עס זאל זיך עפנען די פתחי הלב.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שלום פעקעטע הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים עזריאל יאזשעף הי"ו (בני ברק), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:25.

מוצש''ק זענען אריין בקו'''פ בביתו נאוה קודש א גרופע תלמידי ישיבה פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שב''ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריבער בבית הרבני הנגיד ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו צו א מסיבת לחיים לרגל נשואי בנו למז"ט, ווען דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות וואס ר' משה יוסף הי''ו האט אפגעקויפט א שער אינעם נייעם היכל בבנין מבצר הכוללים, און מנדב געווען א גרויסע סכום פאר די מקוה טהרה אין קרית יואל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די דירות מאנגל אין קר"י און פארשידענע פלענער וואס ליגן יעצט אויפן טיש ווי מען האפט בקרוב צו קענען בויען דירות פאר א גאר ביליגן פרייז פון אינטער צוויי הונדערט דאלער א סקווער פיס! - ווי שוין ברייט באריכטעט.
דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן און ר' משה יוסף הי"ו האט איבערגעגעבן א גרויס חלק געלט אויפן פלאץ, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח אז ער גיבט די טשעק אויפן פלאץ און ווארט נישט מזאל אים נאכלויפן פאר די געלט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן, חתן און מחותנים, און די גאנצע משפחה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️