כִּי תִבְנֶה בַּיִת חָדָשׁ!
נעכטן מוצ"ש האט כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א באזוכט אין שטוב פון הרה"ח מו"ה משה יוסף ווערטהיימער הי"ו וואו ר' משה יוסף האט אונטערגעשריבן פארן רבי'ן א שטר לרגל די אפקויף פון א גרויסן זכות אינערהאלב די נייע היכל התורה וואס ווערט געבויט אויף א ריזן פרישע שטאק דורכ'ן "מבצר הכוללים" אין קרית יואל.
צווישן די שמועסן האט דער רבי דערציילט פאר ר' משה יוסף, אז עטליכע יאר נאכדעם וואס דער רבי האט אים געבעטן צו ברענגען דעטאלן פון דירות פרייזן און בוי קאסטן, קען ער אים יעצט דערציילן אז עס רוקט זיך פאראויס א פלאן פון בויען גאר ביליגע דירות פאר אנ"ש וואס פלאגן זיך צו טרעפן א דירה.
דער רבי האט דערציילט אז לעצטע וואך איז אריינגעקומען א אינגערמאן זאגנדיג אז ער האט אראפגעלייגט א דעפאזיט פאר א דירה אין די בלומינגראוו געגנט פון קרית יואל, און נישט מער און נישט ווייניגער, ער צאלט דערפאר א פאנטאסטישע 1.2 מיליאן דאלאר! (מען רעדט פון 3000 סקווער פיס, מיט נאך א בעיסמענט פון 1500 רויע סקווער פיס. דאס קומט אויס נאנט צו 400 דאלאר פער געבויטע סקווער פיס, די זעלבע הויכע פרייז וואס מ'צאלט יעצט אין צענטער קרית יואל).
"עס האט מיר נישט געלאזט שלאפן!" האט דער רבי געזאגט. "דארט איז שוין א אייגענע אידישע ווילעדזש, ס'דא גענוג גרויסע שטחים, און אזא פרייז?!"
ווייטער דערציילט דער רבי אז אויף חברון איז איינער געקומען דערציילן אז ער וויל קויפן, און מען בעט קרוב צו 500 דאלאר א סקווער פיס! און ער האט געפרעגט "ווען וועט עס זיין גרייט?" האט מען געענטפערט "אין 5 יאר ארום!"
און דער רבי פרעגט: "ניטאמאל בויט מען שוין, אפשר וועט ער אפילו נישט בויען, אפשר וועט ער ברעכן די שטר און צובעטן געלט?! פארוואס צאלט מען אזוי געלט?!"
דא האט דער רבי דערציילט פאר די אנוועזנדע א שטילע נייעס: "אז מען רעדט פון 5 יאר ארום, וויל איך זאגן אז ביז דעמאלס האף איך צו האבן דירות צום וואוינען, פאר אונטער 200 א סקווער פיס!"
דער רבי האט דערציילט אז ער איז אין די לעצטע צייט געזיצן מיט בילדער, און מיט די הנהלת הקרי', און ער ארבעט אויס א מהלך פאר אזא מצוה-פראיעקט וואס זאל זיין געווידמעט נאר פאר אנשי שלומינו, נאר פאר יוצאי ישיבתינו הק', און געבויט אויף א ביליגע אופן אז ס'זאל קענען צושטאנד קומען אזא פרייז. "אזוי ווי מען האט געבויט אמאל, ווען איך האב געוואוינט אויף קארטער לעין" האט דער רבי געזאגט, ארויסברענגענדיג אז מ'דארף צוריקברענגען די אמאליגע סטאנדארטן און אזוי ארום נישט דארפן צאלן אזאנע אסטראנאמישע פרייזן.
"די שטחים האבן נאכנישט קיין סוער" האט דער רבי געזאגט, "אבער ביז 5 יאר קען דאס שוין זיין אי"ה".
דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי איז שוין א לאנגע צייט עוסק אין טרעפן א לעזונג פאר דעם הימל שרייענדער פראבלעם, ווען אזויפיל אנ"ש קומען אריין זיך אויסרעדן אז זיי קענען זיך נישט ערלויבן די היינטיגע דירות פרייזן וואס שפרינגען אזוי הויעך.
אין די לעצטע 4 וואכן האט זיך די זאך גערוקט אביסל נענטער, דער רבי האט אריבערגערופן פארשידענע בויער'ס און איבערגעגאנגען די נומערן, וויפיל ס'דארף צו קאסטן אזא פראיעקט. דאן האט דער רבי גערעדט מיט די הנהלת הקרי', און אויסגעארבעט פארשידענע הצעות וואו מ'קען אי"ה אהערשטעלן א שטח פאר אזא פראיעקט.
די הויפט יסודות וואס דער רבי האט אראפגעשטעלט אלס זיין פלאן איז:
1) די דירות זאלן זיין געבויט אויפ'ן אמאליגן שטייגער אן די היינטיגע לוקסוס (נישט קיין 9 פוסיגע דאך, נישט קיין סענטרעל עיר קאנדישן, נישט קיין ספאט לייט'ס, א ביליגע קאך, נישט קיין טייערע טיילס)
2) ספעציעל פאר אנשי שלומינו, ערליכע חברי הקהלה
3) ס'איז א דירה צו וואוינען נישט פאר ריעל עסטעיט (מ'קען עס נישט פארקויפן ווייטער, נאר מ'פארקויפט עס צוריק פאר קהל)
4) מ'צאלט די דירה צוביסלעך בשעת'ן בויען, אז די בילדער זאלן נישט דארפן נעמען א קאנסטרוקשן לאון (דעטאלן ווערן נאך אויסגעארבעט דורכן רבי'ן)
זיך באציענדיג צו די ביליגע סטיל פון בויען האט דער רבי געזאגט "מ'קען וואוינען מיט פשוטע גלאטע טירן, אן קיין טיילס אין ביה"כ פון אלע זייטן, איך וואוין נאך יעצט אזוי אויף סאנז קט. ..."
דער רבי האט געזאגט אז ער האפט מצליח צו זיין ווייל די בקשות פון אינגעלייט זענען גאר ערנסט, אידן קרעכצן ביטער און האבן נישט קיין דאך איבער'ן קאפ. "איך פארטראג עס נישט" האט דער רבי געזאגט, אויספירנדיג "פארדעם פארצייל איך עס, אז מ'זאל וויסן אז מ'דארף נישט קויפן יעצט אויף 5 יאר ארום! ס'וועט זיין אי"ה ביליגע דירות, נישט קיין פענסי דירות, דירות אויף צו וואוינען!"
כִּי תִבְנֶה בַּיִת חָדָשׁ לֹא תָשִׂים דָּמִים בְּבֵיתֶךָ.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע