בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגכ"ז סיון תשפ"ג6/16/2023

באריכט
פרייטאג ערש''ק שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף אור החיים בקרית יואל בהנהלת הרה''ג ר' יואל פארקאש שליט"א.
ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די לימודים פון די תלמידי הישיבה.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם שמעון ווידער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק אז צו קענען שפירן א טעם אין תורה קען מען נאר דורך אסאך תפילות, און מסיים געווען בברכת קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 673