בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ה סיון תשפ"ג6/14/2023

באריכט
מיטוואך פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' ליפא ברש"ל פריעד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' יואל יצחק גרינוואלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יצחק משה גראס הי"ו.
ב"ר יואל ברא"י ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך רבינו שליט''א באטייליגט ביי די לויה פון הרה"ח ר' יחזקאל שרגא פריעדמאן ע"ה בבית מדרשו אויף סאטמאר דרייוו, דער רבי האט משמיע געווען דברי הספד און דערנאך מלוה געווען די מטה.

פארנאכטס ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריבער בבית הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו חבר הנהלת מבצר הכוללים צו די שמחת השבע ברכות לרגל נשואי בנו למז"ט עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די חבורות פונעם מבצר הכוללים און פון די אנגייענדיגע בוי ארבייט אויפן נייעם שטאק בבנין מבצר הכוללים, דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות וואס ר' בערל הי''ו האט אפגעקויפט א שער אינעם נייעם היכל בבנין מבצר הכוללים, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן, חתן און מחותנים, און די גאנצע משפחה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:00 ביז אום 12:55 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 9:00.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו - ר' משה הערש בראך הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרב ברוך צבי מרדכי טאנצער שליט"א ראש הכולל חסדי דוד בירושלים עיה"ק וועלכע פארמאגט אינטער זיך זעקס כוללים מיט הונדערטער אינגעלייט, עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די פילע ספרים וואס זענען שוין ארויסגעקומען פון די רבני ולומדי הכולל און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:55.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️