בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"ח סיון תשפ"ג6/7/2023

באריכט
מיטוואך פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו הגה''ק האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ליפא ניימאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

פארמיטאג זענען אריין בקודש פנימה רבני הכולל 'דברי אש' פון ב"פ ווי דער רבי האט זיי פארהערט הלכות מקואות א לענגערע צייט, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני מקואות מיט די היינטיגע הידורים.
דערביי האט דער רבי געלאדענט די רבני הכולל מיטצוקומען פערזענליך צו די מקוה טהרה אין קרית יואל ווי דער רבי איז ארום געגאנגן פאר אריבער א שעה צייט און אנגעוויזן די פילע חומרות והידורים און קלאר געשטעלט אלע שאלות פון די רבני הכולל, דערנאך האט דער רבי ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר די רבני הכולל צו מצליח זיין ווייטער אין נאך מקצועות התורה, און עקסטער ווארעם אנגעווינטשען פארן פטרון הכולל הנגיד ר' בערל בהר"א ווייס הי"ו וואס איז מנדב א ריזן סכום פארן נייעם בנין פון די מקוה טהרה, אויך האט הרה"ח ר' אלעזר ווייס הי"ו פאטער פונעם פטרון הכולל איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א בשליחות פון האדמו"ר מבעלזא שליט''א די נייע ספר 'פרשת מרדכי' פון אביו הרה"ק מ'בולגרייא זצ"ל.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מאיר לייב עסטרייכער הי"ו ומשפחת ווערטהיימער הנכבדה היושבים ע"פ אשתו/אחותם ע"ה.

דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
הרה''ח ר' משה אליעזר זאלדאן הי"ו (מאנטרעאל) - הר''ר אליעזר זוסיא סופר שליט''א, באולם פון כינור דוד.
הרה''ח ר' יואל עפשטיין הי"ו - הרה"ח ר' אברהם משה טויב הי"ו, באולם גינת קליין.

נאך די חופות איז רבינו שליט''א אריבער צום ביהמ"ד הלכה ברורה צו די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז''ל רב דביהמ"ד הלכה ברורה בן הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו משב''ק, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן פרידריך הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמעון ווייס הי"ו, און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג שלח אין ביהמ"ד נועם אלימלך אויף חברון, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' ישראל שפילמאן הי"ו ובניו לע"נ בנו/אחיהם הב' אלטר רזיאל יודא ע"ה, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:50, און מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
👁 713