בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגי"ז סיון תשפ"ג6/6/2023

באריכט
דינסטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' משה מענדל עסטרייכער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אלימלך ברי"מ לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח'.

פארמיטאג איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה ת"ת תפארת אלימלך פון פלעטבוש, דער רבי האט פארהערט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו - הרה''ח ר' ארי' לייבוש טייטלבוים הי"ו אין די זאלן פון כתר ריזל.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת ר' דוד מרדכי שווארטץ ע"ה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה ראשי הקהילה והמוסדות פון דזשערזי סיטי מקבל זיין ברכת הקודש צום מעמד יציקת הבורות וואס קומט פאר קומענדיגן זונטאג פאר די מקוה וואס ווערט געבויעט אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול דזשערזי סיטי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די וואוקס פונעם שטאט און מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
👁 906