בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךי"א סיון תשפ"ג5/31/2023

באריכט
דינסטאג פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יואל ברוך פאללאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אלטר אינדיג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו הגה''ק האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג', פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר משה אליעזר יו''ט עפשטיין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ד', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

פארמיטאג איז רבינו שליט''א געווען אויף זיין וועכענטליכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, אין באגלייטונג פון הרב הגאון ר' אברהם שלמה כ"ץ שליט"א מרבני קהלתינו בבני ברק, וועם דער רבי האט געלאדענט מיטצוקומען און אנגעוויזן דעם גאנצן סדר אינעם בית השחיטה מיט די פילצאליגע חומרות והידורים.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

נאך מנחה איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל נחמי' ראלניצקי הי"ו בבית חותנו הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א, מו"ץ, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 1:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

אום 12:15 איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א וועלכע האט געוויילט אויף יו"ט שבועות בקרב קהלתינו הק' בבני ברק בשליחות הקודש, און איז נארוואס אהנגעקומען צוריק אהיים, ווי ער האט איבערגעגעבן הערליכע באריכטן און גריסן פון קהלתינו ומוסדותינו הק' פון בני ברק, און פון ירושלים עיה''ק און בית שמש, און די הצלחה פון די תלמידי המוסדות וואס דער רב שליט"א האט פערזענדליך פארהערט אויף די לימודים. ווי אויך האט ער איבערגעגעבן א פריסת שלום פונעם פוסק הדור ומרא דארעא קדישא כ''ק ראב"ד ירושלים שליט"א.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️