מאנטאג פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' אליעזר ניסן פאגעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שמעון אלעזר בערגער הי"ו (ב"פ), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ישמח משה לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב חיים יעקב רוקח שליט"א בן האדמו''ר מקאזלוב מאנסי שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור נכד רביה''ק זיע''א בן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א אב"ד סאסוב ב"פ, חתן הגה"צ רב דקהלתינו ב"פ 15 שליט"א.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה, רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות, סנדק מעומד: האדמו''ר מקאזלוב שליט"א, ברכות: הגה"צ אבד''ק טערצאל שליט"א, ויקרא שמו בישראל פנחס מרדכי.
נאכן ברית איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רבי'ן, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה בהיכל הביהמ"ד, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן דער אבי הבן הרב חיים יעקב רוקח שליט"א און דער עלטער זיידע הגה"צ אבד''ק טערצאל שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, און רבינו האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מיט די הרחמן'ס מכבד געווען די בני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' משה בר"א סימאן הי"ו - ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' שמעון עוזר ווייס הי"ו (וומסב''ג) - ר' אשר מענדל כהנא הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו די חגיגת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן די ריקודי קודש, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן נדבן און די בני המשפחה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:40 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:40, און מעריב אום 12:30.
נאך מעריב ארום 12:50 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א צום קישור החיתון פון בתו הכלה למז"ט, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה.
אויך האט דער רבי ארומגערעדט מיט התרגשות איבער דעם וואס מען האט היינט געשניטן די ווייץ אין אריזאנע לקראת יו"ט פסח תשפ"ד הבעל"ט, און ארויסגעברענגט די פילע הידורים פון די היינטיגע ווייץ, מצות, און שחיטה.
מ'האט געמאכט די קבלת קנין, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן מחותנים און די בני המשפחה, און טעלעפאניש אנגעוואונטשן פארן זיידן גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א און פאר די שוועסטער הרבנית הצ' תחי', אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 1:50.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️