בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

שבת קודשז' סיון תשפ"ג5/27/2023

באריכט
ליל שב''ק - ליל ב' דשבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד, מנחה: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ וומסב''ג, קבלת שבת ומערבית: הרה''ג ר' אברהם לייב ליכטמאן שליט''א.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:00 דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת גוט יום טוב, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הרב ליפא בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגונים לכבוד יו''ט.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: נכד רבינו: הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט''א (מאנטשעסטער), מנוחה ושמחה: הרב חיים בן הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און געטייטשט אז די אידן אויך מקבל געווען אויך תורה של בעל פה וואס איז א דבר שאין לו קבצה, און דורך דעם ווייזט מען אז די אידן האבן א דין בנים למקום.

קה אכסוף: הרב יואל הורוויץ בן הגה''צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט''א, ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם בעל שם טוב הקדוש זיע''א וואס די יארצייט געפאלט יו''ט שבועות.

קה רבון עלם: הרב הלל בן הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט''א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 2:30.

שב''ק יום שני של שבועות

אינדערפרי אום 8:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול זיך משתתף זיין ביים מעמד הנשגב 'הדר קבלוה' לימוד התורה ברבים, דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי עוסק זיין בתורה מיט א חברותא נכדו הב' חיים יחזקאל שרגא בן הגה"צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט"א, אום 9:20 איז דער רבי ארום געגאנגן אין אלע סניפים פון ביהמ"ד אהנגעהויבן הינטן ביים היכל התורה, און דערנאך אינעם גיגאנטישן היכל ביהמ"ד, און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט ברוב קורת רוח אויף די טויזענטער לומדים זקנים עם נערים, ומה נהדר היה המראה ווי דער רבן של ישראל גייט ארום צווישן די טויזענטער לומדים אין א בחינה פון וירד משה מן ההר אל העם, דער רבי איז דערנאך צוריק אריין לחדרו הפרטי און ממשיך געווען די לימודים מיט נכדו החביב ני"ו, דערנאך ארום 10:15 איז דער רבי ווידער ארויסגעקומען און אדורך שפאצירט נאכאמאל אינעם גאנצן היכל ביהמ"ד.

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:55. ברכות: הרה"ג ר' בנימין ליכטנשטיין שליט''א (וומסב''ג), פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ בקהלתינו ב"פ, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צום עמוד צו שחרית, וכמעשיהו ביום ראשון כך מעשיהו ביום שני בהתעוררות עצימה, צו חזרת הש''ץ האט דער רבי צוגעשיקט הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, און דערנאך צוריק צוגאנגען צו הלל בהתלהבות אש.
נאכן שיר של יום האט מען געזאגט מגילת רות.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מנחם זאב שטערן שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, און הרה''ג ר' ישראל בער שטיין שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.

עליות כהן: הרה"ח ר' יצחק זאב הכהן פילאפף הי''ו (וומסב''ג), לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, רביעי: הרה''ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי''ו, חמישי: החתן ב''ר משה סימאן הי''ו - באווארפן, שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' הירצקא גראס הי''ו.

שביעי: החתן ב''ר מנחם זאב מקובצקי הי''ו - באווארפן, אחרון: החתן בן הרה''ג ר' דוד ליכטנשטיין שליט''א - באווארפן, הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' שלום מאיר קעסטענבוים הי''ו.

מפטיר: הרה"ח ר' נחום מרדכי וויינבערגער הי''ו (לאנדאן), הגבה ספר שני: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו (ב''פ), גלילה: הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי''ו (ב"פ). נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.

מוסף: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרב חיים מייזליש בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' עמרם נתן רובינשטיין הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 3:10.
ביים מיטאג טיש בביתו נאווה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט ברוך ה': נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט''א: ברוך קל עליון: נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א, חתני הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, אתה נגלית: הרה''ח ר' משה פאלאקאוויטש הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אז שבועות איז דער זמן וואס מען איז מקריב דעם נפש פארן אייבערשטען און מען ווערט א ברי' חדשה.

ברכהמ''ז נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א.

נאכמיטאג ארום 8:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ושל''ש, מנחה: הר''ר יואל בר"ע הירש הי''ו, הוצאה והכנסה: הר''ר חיים הערש דאווידאוויטש שליט''א (ירושלים), כהן: הגה''צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט''א מבארדיוב וומסב''ג, לוי: הרה''ח ר' שלמה קלאגסברוין הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' שאול פריעדמאן הי''ו (ב''פ), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' רפאל פערלמוטער הי''ו (מאנסי).

נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן פלאץ צו של''ש ונעילת החג.
רבינו שליט''א האט געליינט די כתובה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הר''ר חיים הערש דאווידאוויטש שליט''א, שיר המעלות: הרב נפתלי הורוויץ שליט''א (לאנדאן), ידיד נפש: הרב נתן דוד אשכנזי שליט''א מסטאניסלאוו מאנסי, קל מסתתר: הרב מנשה אייכנשטיין שליט''א (לאנדאן).
רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

דערנאך האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני מתיקות התורה.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש אויף א מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און געטייטשט אז פון מתן תורה איז א ראיה אז די אידן האבן א דין בנים למקום במילא האבן נישט די מלאכים א טענה פון תנה הודך על השמים, דעם כח איז שוין נשרש געווארן פון די אבות הקדושים און בזכות זה איז הקב''ה משפיע פאר אידישע קינדער מתחת ידו הרחבה ומלאה, און מסיים געווען בברכות לרוב מהשפעות החג הקדוש.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, און ביים זיך אויפשטעלן האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך און א געזונטע זומער.

מעריב מוצאי יו''ט: הרה''ח ר' שלמה קלאגסברוין הי''ו, און נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה, און געוואונטשן בכללית א גוטע וואך.

נאך א קורצע צייט איז רבינו שליט''א ארויסגעקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול צו קידוש לבנה ומעמד ברכות הקודש בשירה וזמרה בתוף ומחול, במקהלות רבבות אלפי ישראל אנשים נשים וטף, נאך קידוש לבנה האט מען געזינגן ניגוני שמחה און דער ציבור לאלפים האבן געטאנצן בהתרוממות הנפש, רבינו שליט''א האט משמיע געווען ברכת הקודש און נאכגעזאגט פונעם חתם סופר פשט אינעם פסוק ועתה אם שמוע תשמע בקולי, ועתה מיינט אפילו אין די היינטיגע צייטן וואס דאס איז די נסיונות הזמן אלעס אוועקצומאכן מיט געדאנק פון זאגן אז היינטיגע צייטן איז אנדערש, און מען דארף איינהאלטן אלע קבלות טובות וואס מ'האט זיך דעם יו"ט מקבל געווען בתורה ומצוות און מען דארף זיך פירן בהדרגה און האלטן די הייזער הייליג און ערליך מיטן ערליכן לבוש, און געוואונטשן ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 11:30.

בביתו נאווה קודש זענען אריין בקודש פנימה בחורי אנ''ש תושבי מאנטרעאל דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און אנגעוואונטשן.

ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

וחסידים ואנשי מעשה האבן ממשיך געווען א לענגערע צייט מיט רקודין של שמחה פארענט פון ביהמ"ד הגדול נישט קענעדיג זיך געזעגענען פון די געהויבענעם יו''ט, און מען האפט צו באשעפער מען זאל מיטנעמען די השפעות טובות בגשמיות וברוחניות

אשרי עין ראתה כל אלה, אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 770