בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דינסטאגכ"ה אייר תשפ"ג5/16/2023

באריכט
דינסטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי פאלאטשעק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג' אין ביהמ"ד ראדאשיץ. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור בן הר''ר ישעי' סאקס הי"ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פון דודו הגה"צ ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד ק''ק סיגוט, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.

אינטערוועגנס אריין קיין וומסב"ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה, האט דער רבי אפגעשטאט א קורצע באזוך בהיכל ישיבה קטנה 'דרך התורה' דסאטמאר אין נייעק בהנהלת הרה"ג ר' יואל אפענהיים שליט"א, דער רבי איז אריין בהיכל הביהמ''ד ווי די בחורים האבן געלערנט בהתמדה, און איז ארום צווישן די טישן און זיך מפלפל געווען מיט די בחורים מיט א קורת רוח, דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה בהיכל הישיבה און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט, נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע תלמידי הישיבה און פאר די מרביצי תורה וכלי קודש, און דערביי משמיע געווען קורצע דב"ק הכנה ליו"ט שבועות, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 7:40.

פון דארט האט רבינו שליט''א ממשיך געווען די וועג קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף הויז סט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן בן הר''ר דוד שלמה עקשטיין הי"ו וואס וועט אריינגעגעבן ווערן בבית מדרשינו בית מנחם צבי אין וומסב"ג, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל ברכת קדשו.
אזוי אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' משה יצחק פרייזלער הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל ברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️