בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגכ' אייר תשפ"ג5/11/2023

באריכט
מיטוואך פרשת בה''ב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם יואל משה יאקאבאוויטש הי"ו.
ב"ר ארי' בר"י הערשקאוויטש הי"ו.
רבינו שליט"א געצינדן 5 ליכט לרגל יומדהל''ק פון הרה''ק רבי מנחם מענדל מרימנוב זיע''א, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

מיטאג צייט ארום 1:30 האט רבינו שליט"א פארלאזט בית נאוה קודש אויפן וועג צום סטוארט לופטפעלד פון ווי רבינו שליט"א איז אפגעפלויגן מיט א פריוואטע פליגער קיין ראוד איילענד א וועג פון א האלבע שעה אויף א ביקור חולים באזוך צו הרבנית הצדיקת תליט"א וואס געפונט זיך דארט אויף א קורצע זמן פאר א רפואה באהאנדלונג, ארום 5:25 האט די פריוואטע פליגער געלאנדעט צוריק אין סטוארט לופטפעלד ווי רבינו שליט"א האט זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:25 ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:25 און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר''ר ישעי' סאקס הי"ו (וומסב''ג) - הר"ר יעקב שלמה רובינפעלד הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרה"ג ר' יחזקאל שווארץ שליט"א דומ"ץ בבדי''צ שערי הוראה בבני ברק, אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יוסף הערש סופר שליט"א מו"ץ קרית יואל, ס'האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בדברי הלכה אין פארשידענע מקצועות פון שו"ע, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע