בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

פרייטאגי"ד אייר תשפ"ג5/5/2023

באריכט
פרייטאג ערש''ק אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול אין וומסב''ג צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידים פון די 6 ישיבות קטנות און תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר נכדו חתן הבר מצוה כמר יקותיאל יהודה ני''ו בן הרה''ג ר' יואל הכהן הכהן גלאנץ שליט''א, און דערנאך ארויפגעדרייט די כריכות היד.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לכבוד המאורע, ולכבוד פסח שני, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו און משמיע געווען דברות קודש לכבוד הנחת תפילין פון נכדו, און צום סוף גערעדט דברי הדרכה פאר די בחורים בשנות הבחרות.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען חסל סידור פסח לכבוד פסח שני. מען האט געענדיגט ארום 11:25.

בביתו נאוה קודש האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צו א געהעריגע סעודה לכבוד פסח שני, מען האט אויפגעגעבן מצות און קניידלעך ומאכלי פסח כנהוג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס במנהגי פסח שני, ווען ס'איז דער מנהג צו מאכן די סעודה לכבוד היום, צו ביים זמן הקרבת הפסח דאס איז י"ד נאכמיטאג, צו ביים זמן אכילת הפסח ליל ט"ו, וואס ביי רבותיה"ק איז דער מנהג געווען ביום י"ד אחצ"ה.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו.
עטליכע מינוט פאר חצות היום איז רבינו שליט''א צוריק ארויסגעפארן לביתו נאוה קודש בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
👁 663