דינסטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' משה יודא פייערשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' מענדל גרשון בר"ב פעלדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף זרע קודש בהנהלת הרה''ג ר' יואל אשר ווידער שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל שניטצער הי"ו.
רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פון הרה"ק בעל זרע קודש מ'ראפשיץ זיע''א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די הילולא קדישא, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק במשנתו פונעם בעל הילולא דער תפקיד פון א איד בעוה"ז, און די התחייבות פון זיך נישט נאכצוגעבן די תאוות און מסיים געווען בברכות קדשו.
אין די נאכמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אינאיינעם מיט הרבני הנגיד מוה"ר חיים הערש פריעדמאן הי"ו פון מאנטרעאל, בעה''ב פונעם בארימטער אגרי סטאר בית השחיטה אין פאסטוויל אייאווע, ווי ס'קומט פאר די מערכת השחיטה המהודרת לגסות שע"י קהילתינו הק'. דער רבי איז ארום געגאנגן א לענגערע צייט איבער'ן גאנצן פלענט און האט צוגעוויזן די פילצאליגע חומרות והידורים וועלכע זענען איינגעשטעלט אינעם בית השחיטה המהודרת.
דערנאך איז רבינו שליט''א אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש, און נאך א פריוואטע אוידענץ מיט'ן רבין איז פארגעקומען דער היסטארישער מסיבת לחיים לכבודו פונעם נדיב הנכבד הרבני הנגיד מוה"ר חיים הערש פריעדמאן הי"ו וואס האט מנדב געווען דעם אסטראנאמישן סכום פון צעהן מיליאן דאללאר לטהרתן של ישראל, פאר'ן נייעם בנין האדיר פון די מקוה טהרה אין קרית יואל יצ"ו.
ביים לחיים האבן זיך אויך משתתף געווען ראשי והנהלת הקהילה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט דער יחוס פונעם חשובן נדבן, זייענדיג א סיגוטער אפשטאמיגער מבית אבותיו, און טראגט דעם הייליגן נאמען פון מרן העצי חיים זצוק"ל, און האט ארויסגעברענגט די גרויסע זכיה פונעם נדבן החשוב צו מרבה זיין טהרה בישראל, און די חשיבות פון בויען א מקוה לטהרתן של ישראל.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און גאר ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן שיחי' און זיין גאנצע משפחה בברכות לרוב, און דערנאך אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן. דערביי האט רבינו שליט"א קורא שם געווען פאר די נייע גאס, ווי די פארגרעסטע חלק פונעם בנין המקוה ווערט געבויעט על שם הנדבן 'הערשי פריעדמאן דרייוו' לכבודו ולזכותו.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש און דערנאך איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ חברי הנהלת כולל שומרי החומות מקבל זיין ברכת הקודש לקראת זייער דינער השנתי אין וומסב''ג קומענדיגן דאנערשטאג. הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו ברך משה ד'קהלתינו ומגבאי הכולל האט איבערגעגעבן א רעפארט פאר רבינו שליט"א איבער די לעצטיגע פעולות הכולל, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️