בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday10 Iyar 57835/1/2023

Report
מאנטאג פרשת אמור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"פ גלאנצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יהושע שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שלמה בערנאטה הי"ו, אין ביהמ"ד בית שלום, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

נאכמיטאג ארום 3:30 איז דער רבי ארויפגעגאנגן אין די ישיבה, בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל, ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,000 תלמידי המתיבתא פון אלע סניפים, נאך די דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה, האט דער רבי מעורר געווען איבער די תקנות הישיבה ובדברים הצריכים חיזוק אין אלע ענינים, תורה, תפילה, חסידות, שמירות עינים, גיין אין מקוה יעדן טאג, זיין אפגעהיטן פון די טעכנעלאגישע כלים, און ארומגערעדט איבער די געהויבנקייט פון די שבתים אין די ישיבה און די ערענסקייט פון סעודת רעוא דרעוין, און מחזק געווען בכל תוקף די תקנה פון רביה"ק מייסד הישיבה זיע''א נישט צו גיין צו חתונות און די זעלבע צו תנאים'ס און שבע ברכות און דערביי ארויסגעברענגט די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זיע''א און צו זיין מתלמידיו הנאמנים, דערנאך האט דער רבי מסיים געווען בברכות לרוב.

דער רבי האט געענדיגט ארום 4:30, און נאך עטליכע מינוט אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד, מען האט געענדיגט ארום 5:00.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו - ר' מאיר פאלקאוויטש הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ ר' טוביה שטערן שליט"א גאב"ד מירון, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים און מעשיות פון מירון, ווי אויך האט דער רבי ארומגערעדט מיט געגועין איבער דעם גרויסן שב"ק אין מירון שבת פקודי תשע"ו, און איבער די געהויבענע נסיעות קיין מירון פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו מען זאל קענען שטיין על המשמר צו היטן אויף קדושת המקום און הילולא דרשב"י.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️