בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes Satmara Niyes

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday3 Iyar 57834/24/2023

Report
זונטאג פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר מרדכי לייב לאנדא הי"ו.
ב"ר שמואל משה עהרנפעלד הי"ו.
ב"ר אברהם קליין הי"ו.
ב"ר משה שמואל רובינפעלד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אזוי אויך האט רבינו שליט''א אריינגערופן דער מנהל הישיבה הרה''ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט''א און געהייסן איבערגעבן הוראות קדשו פאר אלע אנ''ש אז דעם קומענדיגע מיטוואך ביום המר והנמהר ה' אייר זאל משנה זיין דעם סדר אמירת תהלים נאכן דאווענען, דינסטאג זאל מען זאגן פון קי''א ביז קי''ט און מיטוואך זאל מען זאגן קאפיטל קי''ט, כדי מ'זאל נישט זאגן מיטוואך ביי די טעגליכע פרקי תהילים די קאפיטלעך פון הלל.

פארמיטאג איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרב ר' יודא בער טעלער שליט"א (וומסב''ג) - ר' ישראל שווארטץ הי"ו.
ר' ליפא פאלקאוויטש הי"ו - ר' נפתלי חיים פריעד הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פון זקינו הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א, און איבער דעם פארלאפענעם יו"ט פסח אין קאנאדע ווי עס איז נישט געווען קיין לעקטער די ערשטע טעג, אזוי אויך האדמו''ר מטאהש שליט"א האט ארומגערעדט בשבח פון די הייליגע שטאט קרית יואל, און האט שטארק מחזק געווען רבינו שליט"א צו שטיין ווייטער על המשמר לרומם קרן קדושת העיר, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו, און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש.

אין די שפעטע נאכט שעות האט זיך רבינו שליט"א פארבינדן טעלעפאניש מיט הנהלת מוסדותינו הק' אין ירושלים עיה"ק צו הערן א דעטאלענדע באריכט פונעם סדר התלמוד תורה אינעם נייעם צייטווייליגן מקום ווי די ת"ת האט זיך ענדליך אריינגעצויגן אין זיך מסדר געווען נאך די ביטערע שריפה ה"י בבניני המוסדות דעם פארלאפענעם חודש אדר, דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים, מחזק געווען די הנהלה אין זייער עבודת הקודש און מאציל געווען מברכת קדשו להגדיל תורה ולהאדירה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע