בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

מיטוואךכ"ח ניסן תשפ"ג4/19/2023

באריכט
מיטוואך פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם שלמה כהנא הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"ד ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארמיטאג איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

אין די מיטאג שעה'ן האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מבקר חולה געווען גיסו האדמו"ר מבעלזא שליט"א, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויפ'ן מצב הבריאות און מאציל געווען מברכתו לרפואה שלימה וגמורה.

נאכמיטאג ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי די שמחת הבר מצוה פון בן הרה"ח ר' יואל ברמ"ד ווידער הי"ו אין די זאלן פון עטרת פ"ז, דער רבי האט אויסגעהערט דעם בר מצוה בחור זאגן דעם פשעטיל, און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויך אוהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א אסיפת מנהלים פון די עלטערע כתות פון כתה ו' און ארויף פון אלע סניפים במוסדות קרית יואל, און בעפארברייטונג צום גרויסן כינוס ואטהר ואתקדש נגע פגעי טעכנעלאגיע קומענדיגן זונטאג אח''ק.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יעקב קלעפנער הי"ו (וומסב''ג) - ר' משה יצחק ראזענפעלד הי''ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️