בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס סאטמארע נייעס

דאנערשטאגא' ניסן תשפ"ג3/23/2023

באריכט
דינסטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי אין ביהמ"ד מהרש"א בקר''י.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וסיום הזמן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און פארגעלערנט א שיעור הישיבה אין מס' פסחים, דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן אויף פסחים פאר אלע בחורים.

ביים ארויסגיין האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די מקוה פונעם ביהמ''ד וואס איז נארוואס אריין אין באנוץ.

מיטאג צייט אום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם זיבעטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:40

נאכמיטאג ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען האט זיך די רבי משתתף געוועהן ביי די שמחת השבע ברכות פון נכד גיסו כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ארה''ק שליט''א בבית חתנו הרה''ג ר' משה מרדכי כ''ץ שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מוויען שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די זיידע'ס האדמו"ר מוויזניץ שליט"א, און האדמו"ר וויען שליט"א און איז ארויס אין א טאנץ מיטן חתן און די מחותנים.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך בבית מחותנו הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א לרגל נישואי נכדתו הכלה בת בנו הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב בית מדרשינו תפילה למשה ב"פ, ווי עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בקורות משפחת רבותינו הק' עצי התמרים זי"ע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן מחותן הגה"צ שליט"א און די גאנצע משפחה.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעפ פראכטפולן לאקאל פון 'גדר' אין וומסב''ג, דער רבי האט קובע מזוזה געווען און זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן פלאץ, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט געהערט א רעפאראט פון די גדר אקטיוויטעטן לקדושתן של ישראל, און משמיע געווען דב"ק וחיזוק פאר די הנהלה עסקנים ארויסברענגענדיג די זכי' וואס מען האט צו העלפן אידן זיין אפגעהיטן פון די טעכנעלאגישע כלים, און מסיים געווען בברכות קדשו

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריבערגעקומען די תלמידי ישיבת מאור החיים פון ב"פ ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וכתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך די תלמידי הישיבה, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק וחיזוק פאר די בחורים, און אלע בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

אזוי אויך זענען אריין בקו''פ הנהלת התאחדות אברכים פון וומסב''ג און ב"פ לרגל די סיום מסכת נדרים במסגרת חבורת יסודי התורה וועלכע קומט פאר דעם מוצ"ש אין ב"פ, און קומענדיגן זונטאג צו אין די זאלן פון קאנטינענטל אין וומסב''ג, בהשתתפות מרן רבינו שליט"א, דער רבי האט געהערט א רעפאראט פון די ארבייט וואס די עסקנים לייגן אריין להגדיל תורה ולהאדירה און ווארעם אנגעוואונטשן.

אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון החריף רבי משה טרכטמאן שליט"א מארה"ק ת"ו, יו"ר מכון מעשה חושב, ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע לומדישע שמועס בדברי פלפול בכמה סוגיות הש"ס, הגאון ר' משה שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א עטליכע בענדער חידושי תורה, דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און געגעבן במתנה אלע ספרי לב אהרן אויף בדרוש ופלפול, און דער רבי האט אריינגעשריבן דערין דברי ברכה ברוב ידידות.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️